נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published February 16, 2016, issue of March 04, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

רבנים, ראַבײַס, פּליטים און די רעגירונג

דער אָרטאָדאָקסישער ועד־הרבנים פֿונעם שטאַט װיקטאָריע האָט אַרױסגעלאָזט אַ דעקלאַראַציע, װאָס טאַדלט דעם באַשלוס פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג צוריקצושיקן 267 פּליטים, װעלכע געפֿינען זיך איצט אין אױסטראַליע, צום „מאַנעס־אינדזל‟, װוּ זײ זײַנען פֿריִער געװען געהױזט אין אַ פּליטים־לאַגער. די רבנים טענהן, אַז דער עיקר, מוז זײַן „דאָס פּסיכאָלאָגישע און פֿיזישע װױלזײַן“ פֿון די פּליטים. זײ האָבן אױך געפֿאָדערט, אַז די רעגירונג זאָל באַשיצן אַלע, װעלכע זוכן אַזיל און צו פֿאַרקירצן די צײַט, װאָס עס דױערט ביז אַלע אױספֿאָרשונגען פֿון אַלע, װעלכע זאָגן, אַז זײ זײַנען פּליטים, װעלן דורכגעפֿירט װערן.

אַ גרופּע לאָקאַלע רעפֿאָרם־ראַבײַס און די ייִדישע אָרגאָניזאַציע „שטײט אױף אױסטראַליע“, האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריװ, וווּ זײ טאַדלען די פּאָליטיק פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג מכּוח די פּליטים בכלל און, דער עיקר, מכּוח די 267 פּליטים, װעלכע געפֿינען זיך איצט אין אױסטראַליע און װילן זיך ניט אומקערן צום לאַגער אױף „מאַנעס־אינדזל‟. זײ האָבן אונטערגעשטראָכן, אַז די ייִדישע טראַדיציע פֿאָדערט, מע זאָל העלפֿן דעם פֿרעמדן און דעם פּליט. זײ האָבן אױך דערמאַנט די לאַגע פֿון ייִדישע פּליטים, דער עיקר, במשך פֿונעם 20סטן י״ה.

אױסטראַליער ייִדן גרייטן זיך צו דער „מכּביה‟

די ספּאָרט־אָרגאָניזאַציע „מכּבי אױסטראַליע‟ האָט געמאָלדן װעגן אירע צוגרײטונגען צו דער „מכּביה‟, װאָס װעט פֿאָרקומען אין ישׂראל אין 18 חדשים אַרום. דירעקטאָרן און אָנלערער זײַנען שױן באַשטימט געװאָרן, כּדי די אַטלעטיקער פֿון יעדן עלטער זאָלן האָבן די בעסטע צוגרײטונג און די בעסטע מעגלעכקײטן במשך פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן ספּאָרט־קאַרנאַװאַל. די פּאָטענציעלע אַטלעטיקער — מענער, פֿרױען און קינדער, מעגן אָנגעבן זײערע אַפּליקאַציעס צו „מכּבי אױסטראַליע‟, אָנהײבנדיק פֿון חודש אַפּריל. דערװײַל, דערװאַרט מען, אַז די מאַנשאַפֿטן פֿאַר ראָגבי, שװימען, פֿײַל־און־בױגן, ביציקלעטן, טעניס, פּלאַזשע־נעצבאָל, קױשבאָל, פֿעלד־האָקי, פֿוסבאָל, גאָלף, מאַראַטאָן און אַנדערע ספּאָרטן װעלן פֿאָרן אױף דער „מכּביה‟ פֿון אױסטראַליע.