נאָך דעם לעצטן נצחון פֿון דער אָרגאַניזאַציע „פֿרויען פֿונעם כּותל‟ האָב איך געזען אויף מײַן „פֿייסבוק‟, אַז מײַנע פֿרײַנד האָבן קלאָר אָנגענומען דאָס צוטיילן „די פֿרויען פֿונעם כּותל‟ אַ שטיקל פּלאַץ בײַם דרומדיקן כּותל. די ידיעה האָבן ברייט צעפּויקט די שטענדיקע אָנהענגער פֿון ייִדישן פֿעמיניזם צווישן מײַנע פֿרײַנד — אַ גרופּע, וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון אַמעריקאַנער און עולים פֿון צפֿון־אַמעריקע. בײַ די ישׂראלים אָבער, איז געווען שאַ־שטיל, ווי ס׳וואָלט עס קיינער נישט געהערט און עס האָט קיינעם נישט געאַרט.
וואָס איז די סיבה דערפֿון? „פֿרויען פֿונעם כּותל‟ איז אין לעצנטן סך־הכּל אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע באַשטייט פֿון „אַנגלאָ־סאַקסישע‟ ייִדישע פֿרויען און די ייִדן, וואָס געהערן צו אַ ליבעראַלער ייִדישקייט, וואָס באַציט זיך צו דער צווייטער כוואַליע פֿעמיניזם ווי צו אַן ענדגילטיקן אמת, ווי צו אַ רעליגיע. זיי האָבן אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם פּרינציפּ, אַז וואָס איז ווײַבעריש, איז שלעכט; און וואָס איז מענעריש, איז גוט. פֿרויען מוזן זיך פֿירן ווי מענער אויך הלכהיש: טראָגן אַ יאַרמלקע, טלית און תּפֿילין, לייענען תּורה, זײַן דער שליח־ציבור אאַז״וו. אָבער די ישׂראלדיקע פֿרויען האָבן איבערגעהיפּט די צווייטע כוואַליע און אָנגענומען די דריטע כוואַליע וואָס זאָגט, אַז דאָס, וואָס פֿאַרבעסערט דעם מצבֿ פֿון פֿרויען איז גוט; און אַז ס׳איז נישט קיין סתּירה פֿאַר אַ פֿרוי צו זײַן איינצײַטיק ווײַבעריש און פֿעמיניסטיש.
די „אַנגלאָ־סאַקסישקייט‟ פֿון די „פֿרויען פֿונעם כּותל‟ שפּיגלט זיך אויך אָפּ אין די פּריאָריטעטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
די פֿרומע פֿרויען און גאָר וועלטלעכע פֿרויען, ס׳רובֿ ישׂראלדיקע, זײַנען נישט טיף פֿאַראינטערעסירט אינעם טראָגן אַ טלית אָדער לייענען תּורה בײַם כּותל. אַזעלכע ענינים זײַנען סימבאָליש און די ישׂראלדיקע פֿרויען זײַנען מער פֿאַרזאָרגט וועגן פּראַקטישע פּראָבלעמען. צום בײַשפּיל, מע האָט אַ באַגריף אין דער ישׂראלדיקער יוריספּרודענץ, וואָס הייסט, „דער פֿאַרמעסט פֿון די אַדוואָקאַטן‟. ס׳מיינט, אַז ווען אַ פּאָרל גט זיך, לויפֿן די אַדוואָקאַטן פֿון דער פֿרוי אין די וועלטלעכע געריכטן, און די אַדוואָקאַטן פֿונעם מאַן — אין רבנות, ווײַל עס איז גוט באַוווּסט, אַז אין רבנות וועט גיין בעסער פֿאַרן מאַן. בײַ די וועלטלעכע פֿרויען האָט מען אַ קאָנפֿליקט מיט די פֿרומע סאָלדאַטן, וואָס ווילן נישט הערן קול־אישה בײַ די מיליטערישע צערעמאָניעס אָדער דאָס סאַלוטירן פֿון די אָפֿיציערינס. בײַ די פֿרומע פֿרויען איז אַ פּראָבלעם, וואָס זיי זײַנען נישט רעפּרעזענטירט אין רבנות און לײַדן פֿון דיסקרימינאַציע, צוליב וועלכער זיי קאָנען נישט אַרבעטן ווי משגיחים און פֿאַרנעמען אַנדערע רעליגיעזע שטעלעס; די פֿרומע פֿרויען אין אַנדערע לענדער טוען עס שוין פֿון לאַנג.
די הויפּט־פּראָבלעם איז, וואָס די „פֿרויען פֿונעם כּותל‟, ווי אַלע אַנדערע איניציאַטיוון צו פֿאַרשפּרייטן ליבעראַלע ייִדישקייט אין ישׂראל, באַציִען זיך צו די ישׂראלים אויף אַן אופֿן, וואָס דערמאָנט אַ שלעכטע פּאַראָדיע פֿון די ענגלישע מיסיאָנערן אין די אַפֿריקאַנער דזשונגלען. די ראַבינערינס פֿון דער רעפֿאָרמישער און קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג האַלטן, אַז די וועלטלעכע ישׂראלים וואָלטן גלײַך געהערט צו זייערע באַוועגונגען, אויב זיי וואָלטן געקענט קריגן געלט פֿונעם רבנות; אָבער ס׳איז פּשוט נישט אמת. די ראָלע פֿון אַזעלכע באַוועגונגען ווערט אָפּגעשפּילט אין ישׂראל צווישן דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט. אַ פֿרײַער ייִד רעדט דאָ העברעיִש אין דער היים, לערנט וועגן די יום־טובֿים, תּנ״ך און ייִדישער געשיכטע אין דער שול, עסט אַ סעודה ערבֿ־שבת מיט דער משפּחה, און פּראַוועט זײַן בר־מיצווה אין דער שיל פֿון זײַנע לאַנדסלײַט.
וואָס זשע לייגן פֿאָר די באַוועגונגען? ווען זיי פֿרעגן מיך וועגן בת־מיצוות, וואָלט איך געענטפֿערט, אַז כ׳האָב אַן עגאַליטאַרישע שיל נאָר 10 מינוט צו פֿוס פֿון אונדזער שטוב. אויך צו לערנען תּורה קען מען אין אַ וועלטלעכער סבֿיבֿה. די רעפֿאָרמישע באַוועגונג האָט אַ ביסל הצלחה מיט די וועלטלעכע אַשכּנזישע ייִדן, וואָס ווילן מאַכן אויף צו להכעיס די פֿרומע, אָבער דאָס איז דאָך אַ קליינע קהילה. די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג איז אַזוי אומזעעוודיק אין ישׂראל, אַז קוים וואָס מען זעט אָדער הערט העברעיִש אין איר קהילה־צענטער אין ירושלים. בײַ דער קליינער צאָל ישׂראלים, וואָס האָט עפּעס געהערט וועגן איר, האָט זי אַ שם פֿון אַן „אַמעריקאַנער זאַך‟.
איין וויכטיקער טריט וואָס די ייִדישע פֿעמיניסטן מוזן מאַכן, אויב זיי ווילן האָבן אַ השפּעה אין ישׂראל איז, אָנצוהייבן אַרבעטן מיט די ישׂראלדיקע רעליגיעזע פֿעמיניסטן. למשל, עדינה בר־שלום, די טאָכטער פֿון רבֿ עובֿדיה יוסף זצ״ל, איז אַ וויכטיק קול אין די פֿרומע קרײַזן, ווען עס קומט צו רעפּרעזענטירן די פֿרויען, אָננעמען האָמאָסעקסואַליסטן, וועלטלעכע בילדונג און די באַציִונג פֿון דער געזעלשאַפֿט צו פֿרויען, וואָס פֿירן אַ נישט־טיפּיש לעבן; אָבער די אַנגלאָסאַקסן קענען אַפֿילו נישט איר נאָמען. צום בײַשפּיל, אַזאַ פֿרוי ווי רחלי איבענבוים, אַ חסידישע אַקטיוויסטקע און פּאָליטיקערין, קלינגט אַזוי מאָדנע בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, אַז דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ איז מסכּים געווען צו פּובליקירן אַן אינטערוויו, וווּ מען האָט איגנאָרירט אין גאַנצן אירע דערגרייכונגען, אָבער נישט פֿאַרגעסן צו פֿרעגן זי וועגן דער ערשטער נאַכט מיטן מאַן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.