האָט מען פֿאַרגעסן אין די ישׂראלדיקע פֿרויען?

Do the Opinions of Israeli Women Count?

פֿון רעכטס: עדינה בר־שלום און רחלי איבענבוים
פֿון רעכטס: עדינה בר־שלום און רחלי איבענבוים

פֿון שבֿע כּהן

Published February 17, 2016, issue of March 04, 2016.

נאָך דעם לעצטן נצחון פֿון דער אָרגאַניזאַציע „פֿרויען פֿונעם כּותל‟ האָב איך געזען אויף מײַן „פֿייסבוק‟, אַז מײַנע פֿרײַנד האָבן קלאָר אָנגענומען דאָס צוטיילן „די פֿרויען פֿונעם כּותל‟ אַ שטיקל פּלאַץ בײַם דרומדיקן כּותל. די ידיעה האָבן ברייט צעפּויקט די שטענדיקע אָנהענגער פֿון ייִדישן פֿעמיניזם צווישן מײַנע פֿרײַנד — אַ גרופּע, וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון אַמעריקאַנער און עולים פֿון צפֿון־אַמעריקע. בײַ די ישׂראלים אָבער, איז געווען שאַ־שטיל, ווי ס׳וואָלט עס קיינער נישט געהערט און עס האָט קיינעם נישט געאַרט.

וואָס איז די סיבה דערפֿון? „פֿרויען פֿונעם כּותל‟ איז אין לעצנטן סך־הכּל אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע באַשטייט פֿון „אַנגלאָ־סאַקסישע‟ ייִדישע פֿרויען און די ייִדן, וואָס געהערן צו אַ ליבעראַלער ייִדישקייט, וואָס באַציט זיך צו דער צווייטער כוואַליע פֿעמיניזם ווי צו אַן ענדגילטיקן אמת, ווי צו אַ רעליגיע. זיי האָבן אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם פּרינציפּ, אַז וואָס איז ווײַבעריש, איז שלעכט; און וואָס איז מענעריש, איז גוט. פֿרויען מוזן זיך פֿירן ווי מענער אויך הלכהיש: טראָגן אַ יאַרמלקע, טלית און תּפֿילין, לייענען תּורה, זײַן דער שליח־ציבור אאַז״וו. אָבער די ישׂראלדיקע פֿרויען האָבן איבערגעהיפּט די צווייטע כוואַליע און אָנגענומען די דריטע כוואַליע וואָס זאָגט, אַז דאָס, וואָס פֿאַרבעסערט דעם מצבֿ פֿון פֿרויען איז גוט; און אַז ס׳איז נישט קיין סתּירה פֿאַר אַ פֿרוי צו זײַן איינצײַטיק ווײַבעריש און פֿעמיניסטיש.

די „אַנגלאָ־סאַקסישקייט‟ פֿון די „פֿרויען פֿונעם כּותל‟ שפּיגלט זיך אויך אָפּ אין די פּריאָריטעטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.

די פֿרומע פֿרויען און גאָר וועלטלעכע פֿרויען, ס׳רובֿ ישׂראלדיקע, זײַנען נישט טיף פֿאַראינטערעסירט אינעם טראָגן אַ טלית אָדער לייענען תּורה בײַם כּותל. אַזעלכע ענינים זײַנען סימבאָליש און די ישׂראלדיקע פֿרויען זײַנען מער פֿאַרזאָרגט וועגן פּראַקטישע פּראָבלעמען. צום בײַשפּיל, מע האָט אַ באַגריף אין דער ישׂראלדיקער יוריספּרודענץ, וואָס הייסט, „דער פֿאַרמעסט פֿון די אַדוואָקאַטן‟. ס׳מיינט, אַז ווען אַ פּאָרל גט זיך, לויפֿן די אַדוואָקאַטן פֿון דער פֿרוי אין די וועלטלעכע געריכטן, און די אַדוואָקאַטן פֿונעם מאַן — אין רבנות, ווײַל עס איז גוט באַוווּסט, אַז אין רבנות וועט גיין בעסער פֿאַרן מאַן. בײַ די וועלטלעכע פֿרויען האָט מען אַ קאָנפֿליקט מיט די פֿרומע סאָלדאַטן, וואָס ווילן נישט הערן קול־אישה בײַ די מיליטערישע צערעמאָניעס אָדער דאָס סאַלוטירן פֿון די אָפֿיציערינס. בײַ די פֿרומע פֿרויען איז אַ פּראָבלעם, וואָס זיי זײַנען נישט רעפּרעזענטירט אין רבנות און לײַדן פֿון דיסקרימינאַציע, צוליב וועלכער זיי קאָנען נישט אַרבעטן ווי משגיחים און פֿאַרנעמען אַנדערע רעליגיעזע שטעלעס; די פֿרומע פֿרויען אין אַנדערע לענדער טוען עס שוין פֿון לאַנג.