אין פֿעברואַר 1956 איז אין מאָסקווע דורכגעגאַגען דער 20סטער צוזאַמענפֿאָר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. די דאָזיקע אַסיפֿה האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור ניט בלויז אין דער סאָוועטישער געשיכטע, נאָר אויך אין דער געשיכטע פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט בכלל. דעם 24סטן פֿעברואַר, בעת אַ „פֿאַרמאַכטער‟ זיצונג, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו צום ערשטן מאָל אָפֿיציעל גערעדט וועגן די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס תּקופֿה.
אמת, דעמאָלט האָט מען די שולד אַרויפֿגעלייגט, דער עיקר, אויף לאַוורענטי בעריאַ, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט די רעפּרעסיווע דינסטן אין דער סאָוועטישער מלוכה. סטאַלינען האָט מען תּחילת באַשולדיקט, קודם־כּל, אין דערלויבן צו שאַפֿן אַ קולט פֿון זײַן פּערזענלעכקייט. ווי דער הויפּט־שולדיקער וועט מען וועגן סטאַלינען אָנהייבן רעדן נאָר אין פֿינף יאָר אַרום, בעת דעם 21סטן צוזאַמענפֿאָר. דעמאָלט וועט זײַן קערפּער שוין מער ניט ליגן לעבן לענינען, אין דעם מאַווזאָליי. מע וועט עס ברענגען צו קבֿורה לעבן דעם מאַווזאָליי, אויף דעם זעלבן „רויטן פּלאַץ‟.
די „געהיימע רעדע‟ פֿון כרושטשאָוון איז אין קורצן ברייט באַקאַנט געוואָרן. מע האָט זי אַפֿילו געדרוקט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. זי האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער גאַנצער קאָמוניסטישער באַוועגונג. אַ היפּש ביסל לײַט אין פֿאַרשיידענע לענדער האָבן זיך אויפֿגעוועקט און פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט אַ כּוח, וועלכער האָט הינטער שיינע ווערטער געבראַכט צרות און טויט פֿאַר מיליאָנען מענטשן. עס זײַנען אויך געווען אַזעלכע, וואָס האָבן ניט פֿאַרלאָזט די קאָמוניסטישע רייען, אָבער זיך אַ נדר געטאָן מער ניט אויפֿצונעמען ווי אַן אמת־ויציבֿ יעדע דירעקטיוו פֿון מאָסקווע. פּאַלמיראָ טאַליאַטי, דער פֿירער פֿון דער איטאַליענישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, איז דעמאָלט אַרויס מיט זײַן טעאָריע פֿון אַ נײַעם, „פּאָלי־צענטרישן‟, מאָדעל פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. גלײַכצײַטיק זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען אויך אַזעלכע קאָמוניסטן, וואָס האָבן ניט אויפֿגעהערט צו זײַן געטרײַ דעם סטאַליניסטישן נוסח פֿון קאָמוניזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.