יענע װאָך האָב איך געהערט, װי צװײ סטודענטן־קאָלעגן מײַנע פֿון ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט שמועסן וועגן פּאָליטיק. אײנער איז אַ חסיד פֿון בערני סענדערס, און די צװײטע — אַן אַנהענגערין פֿון הילערי קלינטאָן. װען איך האָב דערמאָנט דעם פֿאַקט, אַז בערני סענדערס איז דער ערשטער נישט־קריסט, װאָס האָט װען געװוּנען די נאָמיניר־װאַלן פֿון אַן אַמעריקאַנער שטאַט, האָבן בײדע געענטפֿערט, אַז זײ האָבן װעגן דעם קײן מאָל נישט געטראַכט. אין פֿאַרגלײַך מיט הילערי קלינטאָן (אַ פֿרױ!) איז בערני סענדערס, לױט זײ, פּשוט אַן אַלטער, װײַסער מאַנצביל, אין דער זעלבער קאַטעגאָריע (פֿון דעמאָגראַפֿישן שטאַנדפּונקט) װי דזשאָן קײסיק אָדער דאָנאַלד טראָמפּ.
איך בין געװאָרן געפּלעפֿט! װי אַזױ איז מעגלעך, אַז די צװײ יונגע־לײַט קענען אַזױ גרינג פֿאַרגעסן װעגן סענאַטאָר סענדערסעס ייִדישקײט, בעת איך טראַכט פֿון דעם אינסטינקטיװ יעדעס מאָל, װאָס ער עפֿנט דאָס מױל און רעדט אַרױס אַ װאָרט אױף זײַן ברוקלינער דיאַלעקט? מע האָט געביטן די טעמע פֿונעם שמועס און געשטעלט די היפּאָטעטישע פֿראַגע: װען די דעמאָקראַטישע פּאַרטײ װאָלט טאַקע נאָמינירט סענאַטאָר סענדערס פֿאַר פּרעזידענט, װעמען װאָלט ער נאָמינירט פֿאַר װיצע־פּרעזידענט?
מײַנע קאָלעגן האָבן פֿאָרגעלײגט עטלעכע קאַנדידאַטן, אַרײַנגערעכנט הילערי קלינטאָן, קאָרי בוקער (דעם ייִנגערן סענאַטאָר פֿון ניו־דזשױרזי) און טשאַרלס „טשאָק“ שומער (דעם עלטערן ניו־יאָרקער סענאַטאָר). איך האָב געזאָגט, אַז סענאַטאָר סענדערס װאָלט בשום אופֿן נישט נאָמינירט „טשאָק“ שומער, װײַל ער דאַרף נישט קײן צװײטן ייִד פֿאַר זײַן װיצע־פּרעזידענט. מיט דעם האָבן זײ מסכּים געװען, כאָטש נישט געװוּסט, אַז סענאַטאָר שומער איז אױך אַ ייִד. אַנדערע נעמען: עליזאַבעט װאַרען (מאַסאַטשוסעטסער סענאַטאָר), הוליאַן קאַסטראָ (סעקרעטאַר פֿון װױנונגען און שטאָט־אַנטװיקלונג) און דײַען פֿײַנשטײן (קאַליפֿאָרניער סענאַטאָר). „פֿײַנשטײן איז אַ גוטער קאַנדידאַט, אָבער לײדער, איז זי אױך אַ ייִדישע“, האָב איך באַמערקט. דבֿורה װאַסערמאַן־שולץ, פֿאָרזיצערין פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײ? „גוט… אָבער אױך אַ ייִדישע.“ איך האָב געמײנט, אַז זײ טרײַבן מיט מיר קאַטאָװעס!
די אָנהענגערין פֿון הילערי קלינטאָן, אַ יונגע פֿרױ פֿון אַ געמישטער (האַלב װײַסער, האַלב שװאַרצער) משפּחה, װאָס פֿאַרנעמט זיך אַקאַדעמיש מיט ראַסע און שפּראַך, האָט מודה געװען: „דעם אמת געזאָגט, איז ‘ייִד’ פּשוט נישט קײן בולטע קאַטעגאָריע פֿאַר מיר“. דאָס הייסט, אַז אין פּרינציפּ פֿאַרשטײט זי די קולטורעלע און פֿילאָסאָפֿישע אונטערשײדן צװישן ייִדישקײט און גוייִשקײט, אָבער זי באַמערקט נישט קײן חילוק (עטניש גערעדט) צװישן „װײַסע ייִדן“ און „װײַסע גױים“, אין פּאָליטיק און אין אַלגעמײן. און װאָס שײך דער „װײַסער פּריװילעגיע“, איז דער ייִד אַ גלײַכער יחסן מיטן װײַסן קריסט.
איך בין נישט זיכער, צי עס איז גוט, צי שלעכט, אַז זי דערקענט נישט קײן חילוק צװישן ייִד און קריסט. פֿון אײן זײַט, מײנט עס, אַז זי (צוזאַמען מיט אַנדערע יונגע־לײַט) שאַצט אָפּ די מײנונגען פֿון אַ פּאָליטיקער נישט אױפֿן סמך פֿון זײַן רעליגיעזן אָדער עטנישן הינטערגרונט, נאָר לויט דעם אינהאַלט פֿון זײַנע געדאַנקען. דאָס מוז מען דאָך אָנערקענען װי אײנע פֿון די גרעסטע (מקוים געװאָרענע?) קאָלעקטיװע פּאָליטישע שטרעבונגען פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. ס׳איז אפֿשר אַ סימן, אַז נישט געקוקט אױף די גרױסע אונטערשײדן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט צװישן װײַסע און שװאַרצע, איז פֿאָרט פֿאַראַן אַ האָפֿענונג אױף אַ „נאָכראַסעדיקער“ תּקופֿה, װען מענטשן פֿון אַלע קולטורן און נאַציאָנאַליטעטן װעלן האָבן גלײַכע רעכט און געלעגנהײטן אין לעבן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרקוקט מען די גװאַלדיקע השפּעה, װאָס די ייִדישע קולטור און דער ייִדישער געדאַנקען־גאַנג האָבן געהאַט אױף סענאַטאָר סענדערסעס פּאָליטישע און מאָראַלישע װערטן. (װעגן דעם האָט גל בעקערמאַן לעצטנס געדרוקט אַן עדיטאָריאַל אין „ניו־יאָרק־טײַמס“, װאָס באַשרײַבט סענדערסן װי אַ „בונדיסט“).
איך געדענק גאַנץ גוט די שטימונג אין 2000, װען די דעמאָקראַטן האָבן נאָמינירט סענאַטאָר יוסף ליבערמאַן פֿאַר װיצע־פּרעזידענט. איך (װי אַ צען־יעריק ייִנגל) האָב געהאַט גרױסע האָפֿענונגען פֿאַר דער צוקונפֿט, אַז איך קען װערן װאָס און װער איך װיל, און נישט דאַרפֿן בשעת־מעשׂה אַװעקװאַרפֿן מײַן אידענטיטעט װי אַ ייִד. איך װײס נישט, צי מע האָט דעמאָלט דערמאָנט סענאַטאָר ליבערמאַנס ייִדישן הינטערגרונט אַזױ אָפֿט, װײַל ער איז געװען (און איז נאָך אַלץ) אַן אָרטאָדאָקס, בשעת סענדערס איז בכלל נישט פֿרום. סע װיל זיך נאָר האָפֿן, אַז סענדערס װאָלט געהאַט פּונקט אַזױ פֿיל הצלחה, װען ער װאָלט געגאַנגען מיט אַ באָרד און קאַפּל — און געמאַכט עקסקלוסיװע אינטערװיוען אױף מאַמע־לשון מיטן „פֿאָרװערטס“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.