די טוריסטן אין אייראָפּע ווייסן, אַז זיי קענען אויסבײַטן זייערע דאָלאַרן אויף אייראָס אָדער אַנדערע אייראָפּעיִשע וואַלוטעס אין די אויסבײַט־פּונקטן. אָבער נאָר אין וואַרשע, און טאַקע אויפֿן „פּלאַץ גזשיבוואָסקי‟ לעבן דעם ייִדישן טעאַטער, האָב איך געזען אַזאַ אויסבײַט־פּונקט מיט אַ גרויסן ייִדישן שילד — „בײַט‟.
פֿאַר די ישׂראלדיקע טוריסטן אין פּוילן האָב איך נאָך גוטע בשׂורות. די ישׂראלים פֿלעגן פֿאַרלירן צוויי מאָל בײַם אויסבײַטן זייערע שקלים; איין מאָל, ווען זיי האָבן געקויפֿט דאָלאַרן, איידער זיי זענען אַרויסגעפֿאָרן פֿון ישׂראל, און דאָס צווייטע מאָל, ווען זיי האָבן אויסגעביטן די דאָלאַרן אויף זלאָטעס. איצט אָבער, איז דער שקל געוואָרן אַ וואַלוטע מיט אַלע וואַלוטעס גלײַך. ישׂראלים קענען אויסבײַטן זייערע שקלים פֿאַר זלאָטעס אומעטום אין פּוילן. די פּוילישע חלפֿנים קויפֿן שקלים מיט גרויס פֿאַרגעניגן.
נאָך אַ זאַך. דער שקל ווערט אין פּוילן וואָס אַ מאָל שטאַרקער. מיט פֿינעף יאָר צוריק האָט מען באַקומען אַן ערך זיבעציק פּוילישע גראָשן פֿאַר איין ישׂראלדיקן שקל. הײַנט האָט זיך די לאַגע איבערגעקערט. איין שקל איז ווערט שוין מער ווי הונדערט גראָשן. הייסט עס, אַז דער שקל איז שוין ווערט מער ווי די זלאָטע.
פֿאַר די ישׂראלדיקע גרונט־סוחרים, וואָס האָבן געקויפֿט אין פּוילן דירות און הײַזער, איז דער פֿאַלנדיקער קורס פֿון דער זלאָטע דווקא נישט אַזוי פֿויגלדיק. בשעת די פּרײַזן פֿון די דירות אין ישׂראל זענען געוואַלדיק געשטיגן אין די לעצטע פֿינעף יאָר, זענען זיי אין פּוילן געבליבן די זעלבע. ס׳איז געקומען צו דעם, אַז פֿאַר דרײַ שיינע דירות אין וואַרשע קען מען באַקומען בלויז איין און איינציקע ענלעכע דירה אין תּל־אָבֿיבֿ.
פֿראַנק סטעלאַס מאָלעריי CONCENTRIC SQUARES, דהײַנו, קאָנצענטרישע קוואַדראַטן, האָט מען פֿאַרקויפֿט פֿאַר כּמעט 4 מיליאָן דאָלאַר. אַגבֿ, איך וואָלט געמאַלעוועט פּונקט אַזאַ קוואַדראַט אַפֿילו פֿאַר בלויז איין מיליאָן, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.