די קאָנגרעס־ביבליאָטעק אין וואַשינגטאָן האָט דערמעגלעכט, מע זאָל קענען הערן טויזנטער אַלטע רעקאָרדירונגען, צווישן זיי — אויך צענדליקער מיט אַ ייִדישן אינהאַלט.
די פֿיר הויפּט־קאַטעגאָריעס אויף דער וועבזײַט זענען: עטנישע מוזיק, פּאָפּולערע מוזיק, רעליגיעזע מוזיק און „דאָס גערעדטע וואָרט‟ (קאָמישע סצענעס, רעדעס, מאָנאָלאָגן אאַ״וו). ווען מען האָט לאַנצירט דעם „שפּילקאַסטן‟ האָט מען געקענט הערן בלויז רעקאָרדירונגען פֿון דער „וויקטאָר‟־פֿירמע, וואָס מע האָט פֿאַרשריבן צווישן 1901 און 1925. דאָס לעגאַלע רעכט פֿאַר די „וויקטאָר‟־פּלאַטעס פֿאַרמאָגט הײַנט די „סאָני‟־פֿירמע, און אַזוי ווי „סאָני‟ פֿאַרמאָגט אויך דאָס רעכט פֿון אַנדערע אַלטע פּלאַטע־פֿירמעס, וועט די צאָל וואַקסן יעדעס יאָר.
בײַ יעדער רעקאָרדירונג קען מען אויך אויסגעפֿינען ווער ס׳האָט דאָס ליד אָנגעשריבן, און ווער האָט אָנגעפֿירט מיטן אָרקעסטער אין דער סטודיע. אין די 1910ער יאָרן האָט מען רעקאָרדירט די קינסטלער אין ניו־יאָרק, אָבער אין די 1920ער יאָרן — אין קאַמדען, ניו־דזשערזי. אין קאַמדען איז דער דיריגענט געווען אַ טאַלאַנטירטער מוזיקער, נתניאל שילקרעט, דער זון פֿון אַ קלעזמער פֿון דער אַלטער היים.
אויף איין פּלאַטע, זינגט דער אַקטיאָר דוד קעסלער אַ „שלאָפֿליד‟ פֿון דער פּיעסע „דאָס ייִדישע האַרץ‟, פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יוסף בראָדי, און בראָדי איז אין דעם פֿאַל אויך געווען דער דיריגענט. קעסלער איז געווען פֿון די דרײַ גרויסע אַקטיאָרן — צוזאַמען מיט יעקבֿ אַדלער און באָריס טאָמאָשעווסקי — פֿונעם ערשטן דור ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע.
די אַלטע לידער שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן, טייל מאָל מיט הומאָר, טייל מאָל מיט סענטימענט און נאָסטאַלגיע. אַ משל פֿון אַ קאָמיש ליד: אין 1922 האָט אַנאַ האָפֿמאַן רעקאָרדירט דאָס ליד „טשיקען‟ (הון), וואָס הענעך סאַפּאָזשניק האָט שפּעטער מיט דער גרופּע „קאַפּעליע‟ רעקאָרדירט און צוגעגעבן זײַן אייגענע, הײַנטצײַטיקע סטראָפֿע וועגן טאָפֿו. די אָריגינעלע ווערטער און מוזיק האָט געשאַפֿן ראובֿן דאָקטאָר:
איך ווייס פֿון אַ גוטער זאַך
וואָס איז גוט פֿאַר אַלע גלײַך,
טשיקען, טשיק, טשיק טשיק טשיקען.
גייט איר אויף אַ שׂימחה, אַ ברית,
עסט נישט קיין פֿלייש אָדער פֿיש
נאָר טשיקען, טשיק, טשיק, טשיק טשיקען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.