אוצרות אויף וועבזײַט פֿון קאָנגרעס־ביבליאָטעק

Treasures on the Library of Congress Website

דוד קעסלער
דוד קעסלער

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published February 19, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

וואָס שייך די לידער פֿול מיט סענטימענט און נאָסטאַלגיע נאָך דער אַלטער היים, דאַרף מען בלויז אַ קוק טאָן אויף די טיטלען פֿון די לידער: „דאָס תּליתל‟, „דאָס סידורל‟, „אין חדרל‟, „די זיסע היים‟.

אַז דער ייִד איז תּמיד אין גלות, האָט מען קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן. דאָס ליד „שולדיק ביסטו ייִדעלע אַליין‟, ווערטער פֿון באָריס טאָמאַשעווסקי, מוזיק פֿון אַרנאָלד פּערלמוטער און הערמאַן וואָהל, האָט געזונגען קלמן יוּוואַליר, און עס פֿאַרשריבן אין 1913, פֿון דער פּיעסע „די רײַזע נאָך אַמעריקע‟:

איר ווייסט דאָס מסתּם,
ווי אַ שיף אויף דעם ים
וואַרפֿט זיך דאָס ייִדעלע־ברידערל מײַנס…
דײַן שיף האָט קיין רודער, קיין קאַפּיטאַן.

דאָס ליד האָט, אַוודאי, א ציוניסטישן באַטײַט און ס’זענען פֿאַראַן גאָר אַ סך לידער און קלעזמער־שטיקלעך, וואָס זענען אינספּירירט געוואָרן נאָך דער „באַלפֿור־דעקלאַראַציע‟ אין 1917. אויף דער וועבזײַט קען מען זיך צוהערן צום מאַרש „צוריק קיין ציון‟, קאָמפּאָנירט פֿון יוסף רומשינסקי און געשפּילט פֿון דער „וויקטאָר מיליטער־קאַפּעליע‟ אין 1918.

ס’איז אינטערעסאַנט, אַז די קאָנגרעס־ביבליאָטעק גיט אויך די אינפֿאָרמאַציע נישט נאָר פֿון ווער און ווען, נאָר אויך — פֿאַר וועמען? דאָס הייסט, אין די נאָטיצן פֿון דער רעקאָרדירונג אין סטודיאָ האָט מען אויך צוגעשריבן פֿאַר וועלכן עטנישן מאַרק מע זאָל פּרוּוון דאָס ליד פֿאַרקויפֿן.

למשל, אין 1920 האָט „קרילאָפֿס רוסישער באַלאַלײַקע־אָרקעסטער‟ רעקאָרדירט אַ מעלאָדיע, וואָס מע האָט גערופֿן אויף ענגליש „Precious One Waltz‟. דאָס ליד האָט געהאַט נאָך צוויי נעמען — איין נאָמען אויף אוקראַיִניש — „לאַסקאַ וואַלסען‟ — און איינער אויף איטאַליעניש — „פּרעציאָזע וואַלסע‟ — און מע שרײַבט, אַז מע וועט דאָס פֿאַרקויפֿן פֿאַר אַלע דרײַ באַפֿעלקערונגען — ייִדן, רוסן און איטאַליענער.

מע קען אין „שפּילקאַסטן‟ אויך הערן דעם זינגער דוד מעדאָף, וועלכער האָט רעקאָרדירט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף אוקראַיִניש. די מוזיק־פֿאָרשער מאַרק סלאָבין און ריטשאַרד ספּאָטסוווּד האָבן אויסגעזוכט פּרטים פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע און געפֿונען, אַז לויט די אוקראַיִנער לייענט מען איין ביאָגראַפֿיע מיט אַזוינע פּרטים ווי זײַן באַטייליקונג אינעם אוקראַיִנער נאַציאָנאַלן טעאַטער אין ניו־יאָרק (1917־1923). בײַ די ייִדן איז ער אויך געווען גאָר באַליבט, און זײַן ביאָגראַפֿיע בײַ זיי לייענט זיך אַנדערש: מעדאָף האָט געשפּילט אינעם ייִדישן טעאַטער און רעקאָרדירט ייִדישע לידער. אין יענע יאָרן אויף דער איסט־סײַד, ווי הײַנט אין ברוקלין — אַז מע האָט געשריבן וועגן די „רוסן‟, האָט מען געמיינט, דער עיקר, די רוסישע ייִדן. זיי האָבן געקויפֿט די רוסישע מעלאָדיעס און לידער, און בײַ זיי אין דער היים האָט מען געקענט געפֿינען פּלאַטעס אויף ייִדיש, רוסיש און אוקראַיִניש. פֿאַר וואָס מע האָט גערופֿן ניו־יאָרק אַ שמעלצטאָפּ קען מען פֿאַרשטיין פֿון די דאָזיקע רעקאָרדירונגען.

די וועבזײַט פֿונעם „נאַציאָנאַלן שפּילקאַסטן‟ קען מען געפֿינען אויף דעם אַדרעס: 
//www.loc.gov/jukebox/about

צו הערן ווי דוד קעסלער זינגט זײַן שלאָפֿליד: