אויף ענגליש איז גרינג איבערצופּלאָנטערן אַ מעדיצינישן דאָקטער מיט אַ מענטשן, וואָס טראָגט דעם אַקאַדעמישן טיטל „דאָקטאָר‟ און קען ניט היילן. אין ביידע פֿאַלן איז עס אַ doctor. איינער פֿון די סטרוזשן אין דעם בנין, וווּ איך וווין אין ברוקלין, רופֿט מיך טאַקע „דאָק‟. אויף ייִדיש איז דער אונטערשייד אַ קלאָרער, בפֿרט אין מערצאָל: דאָקטער — דאָקטוירים און דאָקטאָר — דאָקטאָרן. (אמת, ניט אַלע שרײַבער פֿאָלגן דעם דאָזיקן כּלל.) און טאַקע אויף דאָקטוירים שטויס איך זיך כּסדר אָן בײַם פֿאָרשן פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן אין דער ייִדישער געשיכטע.
באַזונדערס בולט קען מען זען די ראָלע, וואָס דאָקטוירים האָבן געשפּילט אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט, ווען מע קוקט זיך צו צו דער געשיכטע פֿון ווילנע; דאָרטן זײַנען געווען גאָר לעגענדאַרע פֿיגורן, ווי יעקבֿ וויגאָדסקי און צמח שאַבאַד. אַ סך איז געזאָגט און אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם דאָקטאָר מאַקס ווײַנרײַך, די צענטראַלע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער — ייִוואָ. אָבער איך בין לחלוטין ניט זיכער, צי אַזאַ צענטער וואָלט טאַקע אויפֿגעקומען אָן זײַן שווער, דאָקטער צמח שאַבאַד, וואָס האָט אין די ערשטע יאָרן פֿאַקטיש גענומען „אויף קעסט‟ אי דעם איידעם זײַנעם, אי דעם אינסטיטוט. ניט צופֿעליק האָט מען דווקא ד”ר שאַבאַדן געשטעלט אַ דענקמאָל אין ווילנע.
יעקבֿ וויגאָדסקי איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך. עס זײַנען דאָ זײַנע אייגענע זכרונות (אויף ייִדיש), וואָס מאַכן דעם לייענער אַ סך קליגער וועגן דער געשיכטע פֿון ווילנע, בפֿרט אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. און ס’איז אויך דאָ אַ בוך (אויף רוסיש) פֿון זײַן טאָכטער, אַלכּסנדרה ברושטיין — אַ בוך, וואָס מענטשן, בפֿרט יונגע לײַט, האָבן זשעדנע געלייענט אין די סאָוועטישע צײַטן (מײַן טאָכטער האָט עס, דאַכט זיך, איבערגעלייענט צוויי מאָל), און אפֿשר לייענט מען עס נאָך הײַנט. אַ שאָד, וואָס ס’איז ניט צוטריטלעך אויך אויף אַנדערע שפּראַכן.
לעצטנס, האָב איך זיך „אָנגעשטויסן‟ אויף נאָך איין לעגענדאַרער פֿיגור פֿון דער ווילנער מעדיצינישער און געזעלשאַפֿטלעכער וועלט: ד”ר אַלכּסנדר ליבאָ. ער איז געווען ייִנגער פֿון זײַנע קאָלעגן, שאַבאַד און וויגאָדסקי. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אין דער ווילנער געטאָ. אים איז באַשערט געווען איבערצולעבן די ליקווידאַציע פֿונעם לעצטן רעשטל ייִדישער באַפֿעלקערונג. נאָך דער מלחמה איז ער אַוועק קיין פּוילן, זיך באַזעצט אין לאָדזש, וווּ ער איז ווידער באַקאַנט געוואָרן ניט בלויז ווי אַ גוטער דאָקטער, נאָר אויך ווי אַן אַקטיווער כּלל־טוער. אַ קורצע צײַט האָט ער אַפֿילו אָנגעפֿירט מיט דער פֿאַראייניקונג פֿון רעליגיעזע קהילות פֿון פּוילן, ביז זײַן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל אין יאָר 1958.
אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן די ייִדישע דאָקטוירים אויך געפֿירט אַ כּלל־טעטיקייט. איך וועל דערמאָנען נאָר איין פּערזענלעכקייט: חיים ספּיוואַק, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע ווי אַ מיטגליד פֿון דער זעלבער גרופּע יונגע לײַט, צווישן וועלכע ס‘איז געווען אַב. קאַהאַן, וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟. ספּיוואַקס וועג איז געווען אַן אַנדערער — ער האָט פֿאַרענדיקט אַ מעדיצינישע שול. זײַן לעבן האָט זיך אַזוי אַ דריי געטאָן, אַז ער האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער געשיכטע ווי איינער פֿון די גרינדערס פֿונעם צענטער פֿאַר היילן טובערקולאָז. דער דאָזיקער צענטער איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין דענווער, וואָס איז — צוליב דעם היגן קלימאַט — באַוווּסט געוואָרן ווי די „הויפּטשטאָט‟ פֿון טובערקולאָז־מעדיצין.
אין יענע יאָרן, סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז טובערקולאָז געווען אַן אָנשיקעניש, וואָס האָט פֿאַרקירצט טויזנטער לעבנס אין ניו־יאָרק, בפֿרט אין די געגנטן, וועלכע זײַנען געווען געדיכט באַפֿעלקערט דורך ייִדישע אימיגראַנטן. אייניקע טעאָרעטיקער האָבן דעמאָלט אַפֿילו „אַנטפּלעקט‟ אַ באַזונדערן, ייִדישן, טובערקולאָז. מע פֿלעגט זאָגן, אַז דאָס הוסטן איז געווען דער דאָמינירנדיקער קלאַנג אין די געגנטן, וווּ עס האָבן געלעבט און געאַרבעט מענטשן אין שרעקלעכע באַדינגונגען, אַז ס’איז דאָרטן כּמעט ניט געווען קיין פֿרישע לופֿט.
אָבער ד”ר ספּיוואַק האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור ניט בלויז אין דער טובערקולאָז־געשיכטע; ער איז געוואָרן אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער ייִדישער כּלל־טעטיקייט, סײַ אין דענווער, סײַ מחוץ דער שטאָט. אים האָבן, בפֿרט, אינטערעסירט פֿילאָלאָגישע פֿראַגן. ער איז געווען אַן ענטוזיאַסט פֿון אויפֿלעבן העברעיִש; ייִדיש האָט ער אויך ליב געהאַט, און געשריבן וועגן דעם. צוזאַמען מיטן דיכטער יהואש, וואָס איז געווען זײַן פּאַציענט, האָט ער צונויפֿגעשטעלט אַ ווערטערבוך — „פֿון אַלע העברעיִשע (און כאַלדעיִשע) ווערטער, אויסדרוקן און אייגן־נעמען, וועלכע ווערן געברויכט אין דער ייִדישער שפּראַך‟.
מיר דאַכט זיך, אַז אָט די קולטור — פֿון אַ דאָקטער און כּלל־טוער אין דער זעלבער צײַט — איז פֿאַרלוירן, אָדער כּמעט פֿאַרלוירן, געגאַנגען. פֿאַר וואָס, ווייס איך ניט. איך קען אַרויסזאָגן נאָר אַ השערה: קוקנדיק אויף די יונגע ייִדישע סטודענטן, וואָס גייען דערנאָך אין מעדיצינישע שולן, דאַכט זיך מיר, אַז עס פֿעלט זיי, בדרך־כּלל, די אינטעלעקטועלע ברייטקייט, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די פֿריִערדיקע דורות דאָקטוירים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.