„אַ ייִדישער קאַרנאַוואַל פֿון די בעל־חיים‟, אַ פּראָגראַם אָרגאַניזירט דורכן מיניאַפּאָליסער „ייִדיש־ווינקל‟, וועט צונויפֿפּאָרן די באַקאַנטע מוזיקאַלישע סוויטע „דער קאַרנאַוואַל פֿון די בעלי־חיים‟ פֿונעם פֿראַנצייזישן קאָמפּאָזיטאָר שאַרל־קאַמיל סאַן־סאָנס מיט די צוויי־שורותדיקע קופּלעטן פֿון באָריס סאַנדלערס ביכל „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟.
די פּראָגראַם וועט זײַן אַ טייל פֿון די פֿײַערונגען, וואָס דער „מיניאַפּאָליסער „ייִדיש־ווינקל‟ אָרגאַניזירט לכּבֿוד זײַן 25סטן יוביליי. „איך האָב געוואָלט שאַפֿן פּראָגראַמען, כּדי צו פֿײַערן אונדזער יובֿל, און ס׳האָט זיך מיר געדוכט, אַז סאַנדלערס בוך וואָלט געווען אויסגעצייכנט פֿאַר דעם‟, האָט דערקלערט יהודית (גיטל) אײַזנער, די איניציאַטאָרין פֿון דער אונטערנעמונג, בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟.
אײַזנער, אַ פֿידלערין בײַם פֿאַך, האָט גענוצט איר פֿאַרבינדונג מיט דער וועלט פֿון קלאַסישער מוזיק, כּדי צונויפֿצושטעלן אַ קליינעם אָרקעסטער, וואָס וועט פֿאָרשטעלן סאַן־סאָנס׳ סוויטע: צוויי פּיאַנעס, צוויי פֿידלען, אַ וויאָלע, אַ באַס, אַ קלאַרנעט, אַ פֿלייט און פֿאַרשידענע שלאָג־אינסטרומענטן. צוזאַמען מיט דער מוזיק וועט מען ווײַזן אַ קינסטלערישע פּראָיעקציע פֿון איטעלאַ מאַסבאַומס מאָלערײַען, וואָס אילוסטרירן די קופּלעטן פֿון „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟. די טעקסטן פֿונעם ביכל אַליין וועלן פֿאָרלייענען דער אַקטיאָר לבֿ מיילער אויף ייִדיש, און די אָנפֿירערין פֿון אַן אָרטיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם וועגן דער קלאַסישער מוזיק, מידני ראַטנער, אויף ענגליש.
אויף דער פֿראַגע, פֿון וואַנען עס איז געקומען דער אײַנפֿאַל צונויפֿצופּאָרן סאַנדלערס טעקסט מיט דער באַקאַנטער סוויטע, האָט אײַזנער דערקלערט, אַז די מוזיק פּאַסט זיך גוט צו צו „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟, ווײַל „אַזוי ווי סאַן־סאָנס׳ מוזיק האָט סאַנדלער געשריבן זײַן טעקסט אין אַ טאָן, וואָס קלינגט פֿריילעך און ניט ערנסט אויפֿן ערשטן בליק. אַז מע הערט זיך אָבער בעסער צו, דערוויסט מען זיך וועגן די ערנסטע טעמעס און אָפּשפּיגלונגען פֿון די מענטשלעכער נטיות, די מענטשלעכע שוואַכקייטן, וואָס מע געפֿינט אין ביידע ווערק. ביידע זענען זיי אויף איין ניוואָ, צוגעפּאַסט פֿאַר קינדער, אָבער אין דער זעלביקער צײַט, אַנטפּלעקן זיי אויך אפֿשר מער פֿאַר די דערוואַקסענע‟, האָט אײַזנער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.