איך בין געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און האָב דאָרטן אָפּגעלעבט כּמעט 23 יאָר. די אוקראַיִנישע שפּראַך פֿאַרשטיי איך זייער גוט, וואָס גיט מיר די מעגלעכקייט צו לייענען די אוקראַיִנישע פּרעסע און צו קוקן די טעלעוויזיע, און איך טו עס פֿון מאָל צו מאָל, בדרך־כּלל, ווען דאָרטן קומט פֿאָר עפּעס ממשותדיקס.
איצט איז ווידער געקומען די צײַט פֿון גאַנץ ממשותדיקע געשעענישן אין דעם לאַנד, וואָס איז מיט צוויי יאָר צוריק געווען אין צענטער פֿון טעגלעכע נײַעס. הײַנט הערט מען זייער ווייניק וועגן דעם, בפֿרט אין אַמעריקע, וווּ עס זײַנען בכלל, אַ חוץ דער וואַל־קאַמפּאַניע און דעם וועטער, כּמעט קיין נײַעס ניט פֿאַרבליבן.
אין דעם הײַנטיקן אוקראַיִנישן דיסקורס איז לעצטנס אַרײַן דער באַגריף פֿון אַן „אָליגאַרכישער איבערקערעניש‟. אַזאַ נאָמען האָט באַקומען דער דורכפֿאַל פּטור צו ווערן פֿון דער רעגירונג, וועלכע איז געוואַלדיק ניט־פּאָפּולער צווישן דער באַפֿעלקערונג. די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז ניט ווייניקער פֿון 70 פּראָצענט אוקראַיִנער ווילן עס זאָלן אין די מיניסטעריומס קומען אַנדערע פּאַרשוינען. באַזונדערס שטאַרק האָט מען פֿײַנט דעם פּרעמיער־מיניסטער אַרסעני יאַצעניוק. בלויז 5 פּראָצענט אוקראַיִנער ווײַזן אַרויס אַ שטיצע דעם דאָזיקן פֿירער, און די וואָס שטיצן אים, האַלטן ניט אַזוי פֿון אָט דעם מענטשן; זיי זעען פּשוט ניט קיין אַלטערנאַטיווע פֿיגור.
קיין ברייט פּאַפּולערע פּאָליטיקער זײַנען אין אוקראַיִנע בכלל ניטאָ. דער פּרעזידענט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ איז שוין אויך ניט צום האַרצן דעם עולם. און דערצו זײַנען דאָ וואָגיקע סיבות, דהײַנו: דאָס לעבן ווערט ניט בעסער. אַדרבה, עס גייט באַרג־אַראָפּ. די עקאָנאָמיע פֿון אוקראַיִנע איז אין אַ שווערן, נאָענט צו אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן מצבֿ. די עקאָנאָמישע מאַכט איז קאָנצענטרירט אין די הענט פֿון אַ קליינער צאָל „אָליגאַרכן‟. כאַראַקטעריסטיש, אַז דער דאָזיקער באַגריף, וואָס איז געווען אין אַ ברייטן באַנוץ אין רוסלאַנד, הערט מען דאָרטן איצט זייער זעלטן. דאָס איז איינע פֿון די זאַכן, וואָס וולאַדימיר פּוטינען האָט זיך אײַנגעגעבן צו טאָן — אין זײַן אויטאָריטאַרער סיסטעם איז שווער צו זײַן אַן אָליגאַרך, דאָס הייסט, צו זײַן אַ ביליאָנער און צו האָבן אַ צוטריט צום רודער פֿונעם לאַנד.
אין אוקראַיִנע שפּילן נאָך אַלץ די אָליגאַרכן אַ צענטראַלע ראָלע. פּאָראָשענקאָ אַליין איז איינער פֿון די אָליגאַרכן. ער האָט, אַגבֿ, צוגעזאָגט, אַז ווי אַ פּרעזידענט וועט ער פֿאַרקויפֿן זײַנע געשעפֿטן, כּדי צו ווערן „מיט די לײַטן גלײַך‟. אָבער מע זעט ניט דערווײַל ער זאָל עס טאַקע טאָן, פּונקט אַזוי ווי ער האָט גלײַך ווי פֿאַרגעסן וועגן אַ סך אַנדערע הבֿטחות זײַנע. ער האָט עס כּלומרשט פֿאַרגעסן, אָבער דאָס פֿאָלק געדענקט עס, פֿאַרשטייט זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.