(די 2 טע זײַט פֿון 2)
נאָך דעם פֿאַרװאַנדלט זיך דער פֿילם אין אַ משל. עס שאַפֿט זיך אַ בולטע סתּירה צװישן דעם נאַטוראַליסטישן הינטערגרונט און דעם סימבאָליסטישן סיפּור־המעשׂה. די װיזועלע שילדערונג איז ביז גאָר פּרעציז, אָבער נאָך שאַרפֿער איז דער עפֿעקט פֿונעם קלאַנג. דער פֿילם האָט ניט קײן מוזיק, און מען הערט בלױז אַ מישמאַש פֿון קורצע שמועסן און געשרײען אױף דײַטש, אונגעריש, ייִדיש, פּױליש און רוסיש. די דאָזיקע עפֿעקטן באַטאָנען דעם אומרעאַלן מהות פֿון שאולס געשטאַלט און זײַנע האַנדלונגען, װאָס זײַנען בכּוח גובֿר צו זײַן אױף זײַן װעג אוממענטשלעכע מניעות.
שױן דער נאָמען שאול אױסלענדער האָט אַ סימבאָלישן באַטײַט. מען דערװוּסט זיך, אַז ער קומט פֿון אונגװאַר (הײַנט אוזשהאָראָד אין אוקראַיִנע), די שטאָט, װאָס האָט געהערט צו פֿינף פֿאַרשידענע מלוכות במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אױסלענדער רעדט אונגעריש, אָבער קױם פֿאַרשטײט ער ייִדיש, װאָס הײסט, אַז ער האָט געהערט צו דער אַסימילירטער אונגעריש־רעדנדיקער מינאָריטעט צװישן אונגװאַרער ייִדן, װאָס לרובֿ האָבן זײ טאַקע גערעדט טשעכיש און אוגעריש.
ער איז אױך ניט באַהאַװנט אין ייִדישקײט: ער נעמט אַראָפּ זײַן היטל פֿאַר אַ מת לױטן קריסטלעכן מינהג. ער זוכט אַ רבֿ מחוץ זײַן אײגענער זאָנדער־קאָמאַנדאָ, הגם עס זײַנען דאָ, אַ פּנים, גענוג פֿרומע ייִדן, װײַל צומאָל הערט מען תּפֿילות אױף לשון־קודש. און שאול באַשטײט, אַז מען זאָל זאָגן קדיש אָן אַ מנין. הקיצור, ער איז טאַקע אַן „אױסלענדער‟, אַ סימבאָלישע און ניט קײן רעאַליסטישע פֿיגור פֿון אַ ייִד װי אַ „פֿרעמדער‟. עס איז שװער צו גלייבן, אַז אָט די דאָזיקע און אַנדערע סימנים זײַנען צופֿעליק.
װי זשע לאָזט זיך דער דאָזיקער סימבאָליזם אױסטײַטשן? דער זון האָט ניט קײן נאָמען, און עס איז אַפֿילו אַ ספֿק, צי דער טױטער בחור איז טאַקע שאולס אַ זון. עס איז שװער צו גלייבן, אַז שאולן װאָלטן זיך טאַקע אײַנגעגעבן די אַלע קונצן, װאָס ער טוט אינעם פֿילם. די גאַנצע געשטאַלט זײַנע טראָגט זיך אַרום אין אַ מיסטישן אַװיר. װען שאול האַלט דעם מת אױף זײַנע הענט, דערמאָנט ער די באַקאַנטע קריסטלעכע פֿיגור פֿון „פּיעטאַ‟, פֿון דער מוטער מאַריאַ מיטן טויטן יעזוס.
אַזאַ מין „קריסטאָלאָגישע‟ אױסטײַטשונג פֿונעם פֿילם װערט באַשטעטיקט אינעם סאַמע סוף, װאָס איז אין גאַנצן אומגעריכט און בפֿירוש סימבאָליש. שאולס מאַטערנישן און זײַן גלױבן פּאַסן זיך גאַנץ גוט צו צו אַ ליבעראַלער קריסטלעכער אױסטײַטשונג פֿונעם ייִדישן חורבן, װאָס האַלט די ייִדן פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן קאָלעקטיװן אומשולדיקן קרבן פֿאַר די חטאים פֿון דער גאַנצער מענטשהײט. אָבער דאָס מאָל שטאַמט דער משיח ניט פֿון דוד המלך, װי יעזוס, נאָר פֿון שאול, דעם אָפּגעשטױסענעם מלך ישׂראל. לױט דער עװאַנגעליע, האָבן די רױמער אָפּגעגעבן יעזוסעס גוף זײַנע תּלמידים צו ברענגען אים צו קבֿורה, אָבער די הײַנטיקע „רױמער‟, די דײַטשישע נאַציסטן, זײַנען ניט געװען אַזױ ברײטהאַרציק. אַזױ אַרום לאָזט זיך דער פֿילם אױסטײַטשן אי װי אַ כּמו־דאָקומענטאַלע שילדערונג פֿון די לעצטע טעג אין אױשװיץ, אי װי אַ משל װעגן טױט און תּחית־המתים פֿונעם „זון פֿון שאול‟, דעם ייִדישן משיח, װאָס איז אומגעבראַכט געװאָרן פֿאַר די חטאים פֿון אַלע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.