שמואל (סאַמעק) ווילנבערג איז אַוועק אין דער אייביקײט אין עלטער פֿון 93 יאָר. ווילנבערג איז געווען איינער פון די 67 ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון טרעבלינקע בשעת דעם אויפֿשטאַנד און איז געווען דער לעצטער עדות פֿון דעם גרויזאַמען טויט־לאַגער.
פֿאַר דער מלחמה האָט דער יונגער ווילנבערג געדינט אינעם פּוילישן מיליטער און געקעמפֿט קעגן די דײַטשן אין 1939. בכלל איז ער געווען אַ פּוילישער פּאַטריאָט און גערעדט א פּרעכטיקן פּויליש.
ווילנבערג, וואָס איז געווען אויך אַ סקולפּטאָר, האָט געוואָלט שטעלן אַ נײַעם דענקמאָל אויפֿן שטח פֿונעם אַמאָליקן טויט־לאַגער. זײַן טאָכטער, די אַרכיטעקטין אורית ווילנבערג־גלעדי האָט בדעה צו פֿארווירקלעכן דעם דאָזיקן פּראָיעקט.
אין יאָר 1986 איז אַרויס זײַן בוך „דער אויפֿשטאַנד אין טרעבלינקע‟. מיט צוויי יאָר צוריק איז אַרויס אַ דאָקומענטאַר פֿילם וועגן ווילנבערגן — „דער לעצטער עדות פֿון טרעבלינקע‟.
ווילנבערג האָט אָפּגעשאָרן די האָר בײַ די ייִדישע פֿרויען איידער מען האָט זיי פֿאַרגאַזט. אינעם פֿילם דערציילט ער, אַז איינע פֿון די קרבנות, האָט גוט געוווּסט וואָס די דײַטשן טוען אין טרעבלינקע און האָט אים בלויז געפֿרעגט ווי לאַנג געדויערט עס, ביז מען ווערט דערשטיקט אין די גאַזקאַמערן. די געשטאַלט פֿון דער פֿרוי איז אײַנגעקריצט געוואָרן אין ווילנבערגס זכּרון, און שפּעטער האָט ער פֿאראייביקט איר פּנים אין זײַנער אַ סקולפּטור.
פּראָפֿעסאר יאַנוש שטשעפּאַנסקי שרײַבט אין זײַן בוך וועגן די ייִדן פֿון מאַזאָוושע, אַז אין יאָר 1819 זענען אַלע שנײַדער און בעקער אינעם קליינעם שטעטל ראַדזענאָווע [ראַדזאַנאָוו], אַן ערך 70 קילאָמטער פֿון וואַרשע, געווען ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.