אַמעריטשקע גנבֿ - פֿרים־קרים

Ameritcke Ganev - Who is Pious?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 25, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

איז איידער איך קום צו בערני סענדערס מוז איך אײַך באַקענען מיט אַן אַנדער ייִד מיטן נאָמען לויִס דעמביץ ברענדײַס (1856—1949), דעם באַרימטן ריכטער פֿון העכסטן געריכט, וועלכער איז אויך געווען אַ סעקולערער ייִד, געפּרעדיקט פּראָגרעסיוו סאָציאַלע צילן… אין זײַן בוך „יענעמס געלט און ווי די באַנקירן באַנוצן זיך דערמיט‟ באַקעמפֿט ער די אײַנפֿלוסרײַכע בענק, די באַנקירן, עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען וואָס שטעלן אין סכּנה אונדזערע אַמעריקאַנער ווערטן און קולטור.

אין 1916 האָט פּרעזידענט וווּדראָו ווילסאָן אים פֿאָרגעשלאָגן פֿאַרן העכסטן געריכט, אָבער דער רעפּובליקאַנער ריכטער וויליאַם אָ׳דאַגלעס האָט פּראָטעסטירט מיטן אויסרייד, אַז ברענדײַס איז מיליטאַנטיש, אַ האַרטנעקיקער קעמפֿער פֿאַר סאָציאַלן יושר, איז מסוגל צו שטעלן אין סכּנה אַמעריקע, צוליב זײַן גאונות, זײַן מוט, ווײַל ער לאָזט זיך נישט בײגן און קאָרומפּירן, און ווײַל „ער איז אַ ייִד‟. און טראָץ דעם אַלעם האָבן 47 רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן און איין דעמאָקראַט באַשטימט אים צום העכסטן געריכט אין יאָר 1916. זײַן גרעסטער בײַשטײַער צווישן אַנדערע איז געווען „וואָרט־פֿרײַהײַט‟ און דאָס „רעכט צו פּריוואַטקייט‟.

אַ חוץ דעם אַלעם איז ברענדײַס געווען אַקטיוו אין דער ציוניסטישער באַוועגונג ווי אַ סגולה צום אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע — דער עיקר, אין רוסלאַנד, און געהאַלטן פֿון אויפֿלעבן דעם ייִדישן גײַסט.

קומען מיר, הייסט עס, צוריק צו בערני סענדערס, דעם ייִדישן קאַנדידאַט צום „ווײַסן הויז‟. בערני פּרעדיקט דעלאַנאָ רוזוועלטס „ניו־דיל‟, פֿון וועלכן מיר געניסן הײַנט. דער פֿאַקט, וואָס ער טראָגט נישט קיין יאַרמלקע, און דרייט זיך אַרויס פֿון ענטפֿערן צי ער גלײַבט אין גאָט, פֿאַרענטפֿערט ער דאָס מיט:

„איך בין אַ מענטש וואָס פּרעדיקט דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם און רעוואָליוציע.‟

צוויי ווערטער זײַנען פּסול בײַ די אַמעריקאַנער „סאָציאַליזם‟ און „רעוואָליוציע‟. די ווערטער רופֿן אַרויס שרעק און פּאַניק, זיי דערמאָנען די צײַטן ווען אַ שלל אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געהערט צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און טײַער באַצאָלט דערפֿאַר. דעריבער ציט בערני צו די יוגנט, וועלכע ווילן איבערמאַכן די וועלט.