ווי אַן אויסנאַם, מוזן די אַמעריקאַנער דעלעגאַטן בײַ די וואַלן פֿאַרזיכערן די וויילער, אַז זיי היטן אָפּ זייער גאָטס געזעצן, גייען אין קירך, כאָטש קיינער האָט זיי נישט נאָכגעשפּירט. בערני סענדערס לײקנט נישט אָפּ זײַן ייִדישקייט, נאָר ער טײַטשט זי אויס אַנדערש.
ערשט בײַ די הײַנטיקע וואַלן האָב איך זיך געכאַפּט אויף וויפֿל רעליגיע שפּילט אַ ראָלע. יעדער קאַנדידאַט וואָס וויל אָנקומען צום העכסטן פּאָסטן אין לאַנד מעג עס טאָן מיט איין תּנאַי, ער מוז זיך דערקלערן רעליגיעז און גיין אין קלויסטער, און אַזוי ווי ס׳לאַנד באַשטייט ס׳רוב פֿון פֿאַרשיידענע דענאָמינאַציעס קריסטן, מוז יעדער פֿון זיי זיך אונטערגעבן און זיך פּראָקלאַמירן ווי אַ לויטערער קריסט, אַ נישט… ווערט זײַן טירחה געפּסלט.
קומען מיר צו די צוויי דעמאָקראַטן, וואָס איינע פֿון זיי געהערט צום קריסטלעכן גלויבן, און דער צווייטער איז אַן אחינו בני ישׂראל, און נישט סתּם אַזוי זיך אַ פּשוטער ייִד, נאָר אַ פֿרײַגעזאָנענער אידעאַליסט, אַ וועלטלעכער, סעקולערער אַטעיִסט. פֿרעגט מען אים, צי ער גלייבט אין גאָט? ערנטפֿערט ער פֿאַרשטעלט:
„איך בין אַ גײַסטיק פֿילנדיקער מענטש וואָס זאָרגט זיך פֿאַר די געשטראָפֿטע אָרעמעלײַט, פֿאַר די אונטערדריקטע און די געקריוודעטע.‟ דער פֿאַקט, וואָס בערני סענדערס איז אַ ייִד ווערט שוין הײַנט אַנאָנסירט און פּראָקלאַמירט איבער אַלע רעקלאַמעס, ראַדיאָ און טעלעוויזיע, וואָס ביז אַהער האָט מען עס נישט דערמאָנט. אַ ייִד זאָל ווערן קעניג־מלך־קיסר אין אַ קריסטלעך לאַנד איז נישט געהערט געוואָרן. אַ חוץ דעם, יעדעס מאָל ווען מ׳דערמאָנט דאָס וואָרט „דזשויִש‟, באַצײַכנט עס די וועלט ווי איינער וואָס איז פֿרום, לויפֿט אין שיל, דאַוונט, טראָגט אַ באָרד מיט פּאות, האָט אַ סך געלט, אַ באַנקיר, אַ בעל־הבית איבער דער קינאָ־אינדוסטריע, צווישן זיי — סטיווען ספּילבערג, די כּהן ברידער, „מיראַמאַקס‟ און אַנדערע. אַ העלפֿט פֿון די באַרימטע אַקטיאָרן און זינגער זײַנען ייִדן, נאָר זיי טראָגן זיך אַרום מיט גוייִשע נעמען מ’זאָל נישט דערקענען, שוין אָפּגערעדט פֿון דער פּרעסע, דער עיקר די „ניו־יאָרק טײַמס‟. דערצו איז דער ייִד באַקאַנט ווי איינער, וואָס שווינדלט ווען ס׳קומט צו געשעפֿטן און מ׳קען זיך אויף אים נישט פֿאַרלאָזן. דאָס בילד פֿון „די פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני ציון‟ איז אײַנגעבאַקן אין די מוחות פֿון אַ סך אַמעריקאַנער זינט הענרי פֿאָרד האָט דעם פּאַשקוויל פֿאַרשפּרייט דאָ אין לאַנד, שוין אָפּגערעדט פֿון די פֿאַרשיידענע דענאָמינאַציעס און זייערע קרובֿים, וואָס האָבן מיטגעברענגט זייער שׂינאה צו ייִדן נאָך מעבֿר הים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.