ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published February 24, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די פּורים־אַקציע: „ברענגען פֿרייד‟

מאָסקווער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס גרייטן זיך צום יום־טובֿ פּורים. צוויי וווילטעטיקע פּראָיעקטן האָבן דערקלערט דעם אָנהייב פֿון דער אַקציע „ברענגען פֿרייד‟. דער ציל איז צו זאַמלען מתּנות און שלח־מנות פֿאַר קינדער מיט אַנטוויקלונג־באַזונדערקייטן. דער עולם קען ברענגען מתּנות און לאָזן זיי אין אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בתוכם „סוכנות‟, „הלל‟, דרײַ ייִדישע שולן און אַנדערע.

אין שפּיץ פֿונעם קולטורעלן ייִדישן לעבן אין מאָסקווע בלײַבט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. זונטיק, דעם 21סטן פֿעברואַר, האָט ער דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש, געווידמעט איין געשטאַלט פֿונעם תּנ״ך און איר ווײַטערער אַנטוויקלונג — מרים הנבֿיאה. די רייד איז געגאַנגען וועגן פּויק, דעם מוזיקאַלישן אינסטרומענט, אויף וועלכן מרים האָט געשפּילט, זינגענדיק איר לויב־ליד. די קונסטפֿאָרשערין, דילשאַט כאַרמאַן, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער עוואָלוציע פֿון מרימס געשטאַלט אין דער אייראָפּעישער קונסט — אויף בילדער און אין כּתבֿ־ידן. נאָך דעם האָט דער מוזיקער מאַרק פּעקאַרסקי דערציילט וועגן דער עוואָלוציע פֿונעם מוזיקאַלישן אינסטרומענט גופֿא, און געגעבן אַ קאָנצערט פֿון פּויק־ און פּערקוסיע־מוזיק.

דער פּראָיעקט: „צווינגען די אינטערנעץ צו געדענקען דעם חורבן‟

אין דער גאַלעריע פֿון קלאַסישער פֿאָטאָגראַפֿיע האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון חורבן־בילדער. דער אָרגאַניזאַטאָר, אַלכּסנדר מיכאלקאָוויטש, האָט אָנגערופֿן זײַן פּראָיעקט „צווינגען די אינטערנעץ צו געדענקען דעם חורבן‟. דער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן דווקא אויף דער אינטערנעץ. מיכלקאָוויטש האָט אַרויפֿגעלאָדן אויף פּאָפּולערע זײַטלעך און סאָציאַלע נעצן אַרכיוו־בילדער פֿון נאַציסטישע עקזעקוציעס, ווי אַ קאָנטראַסט צו די „היפּסטערישע‟ בילדער, וואָס ווערן, געוויינטלעך, אַרויפֿגעלאָדן אויף דער אינטערנעץ, כּדי צו צווינגען די אינטערנעץ־ באַניצער זיך דערמאָנען אין די טראַגישע זײַטן פֿון דער געשיכטע און אין די אומשולדיקע קרבנות.