אומבערטאָ עקאָס קבלה

Umberto Eco‘s Kabbalah

אומבערטאָ עקאָ און זײַן בוך, וווּ ער דערמאָנט כּסדר קבלה
GettyImages
אומבערטאָ עקאָ און זײַן בוך, וווּ ער דערמאָנט כּסדר קבלה

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 26, 2016, issue of March 18, 2016.

דעם 19טן פֿעברואַר איז אין מילאַן, בײַ 84 יאָר, געשטאָרבן דער באַרימטער איטאַליענישער שרײַבער, ליטעראַטור־קריטיקער און דענקער אומבערטאָ עקאָ.

ווי אַ פּאָפּולערער שרײַבער, איז עקאָ, צום מערסטן, באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון אַ צאָל פֿאַרכאַפּנדיקע ראָמאַנען, אַרײַנגערעכנט „דער נאָמען פֿון דער רויז‟, וווּ אַ דעטעקטיווער סוזשעט ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דער מיטל־עלטערלעכער קולטור, געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע.

אין דער אמתן, זענען די בעלעטריסטישע ווערק געווען בלויז אַ טייל פֿון עקאָס פֿאָרשערישער טעטיקייט. אָנהייבנדיק פֿון 1956, האָט דער צוקונפֿטיקער שרײַבער אָנגעהויבן פֿירן לעקציעס אינעם טורינער אוניווערסיטעט. שפּעטער, האָט מען אים כּסדר פֿאַרבעטן ווי אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר אין אַ ריי חשובֿע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, אַרײַנגערעכנט דעם קאָלומביע־ און האַרוואַרד־אוניווערסיטעטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין מילאַן און אורבינאָ, וווּ עקאָ, אַ גרויסער ערודיט, האָט פֿאַרבראַכט זײַנע וואַקאַציעס, האָט ער איבערגעלאָזט אַ ריזיקע ביבליאָטעק פֿון 50,000 ביכער.

צום מערסטן, איז עקאָ געווען באַקאַנט ווי איינער פֿון די פֿירנדיקע און חידושדיקע מומחים אין סעמיאָטיק — פֿאָרשונגען פֿון צייכנס, דעם באַדײַט פֿון צייכן־סטרוקטורן און קאָמוניקאַציע־פּראָצעסן. הגם סעמיאָטיק ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ געביט אין לינגוויסטיק, איז עס אויך אַ פֿרוכטבאַרער צוגאַנג צו קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, ווי אויך אַנאַליז פֿון געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע ענינים — למשל, די געמיינזאַמע השפּעות פֿון טעקסטן, קולטור־סימבאָלן, געשיכטע און סאָציאַלע באַוועגונגען.

אומבערטאָ עקאָ האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט קבלה און האָט באַטראַכט דעם באַקאַנטן פֿאָרשער משה אידל, אַ פּראָמינענטער תּלמיד פֿון גרשום שלום, ווי זײַן פּערזענלעכן „מקובל‟. נישט זײַענדיק אַ ייִד, האָט עקאָ באַטאָנט, אַז ער האָט אַ „תּלמודישן קאָפּ‟.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז עס טאַקע אַ נאַטירלעכער אינטערעס פֿאַר אַ מומחה אין סעמיאָטיק. על־פּי־קבלה, שטעלט די גאַנצע וועלט מיט זיך פֿאָר אַ געוועב פֿון צייכנס, טראַדיציאָנעל באַטראַכט ווי די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית. אַ מעכטיקער טעקסט איז מסוגל צו ווירקן אויף דער אַרומיקער ווירקלעכקייט, און פֿאַרקערט: די אימאַזשן און סימבאָלן, וואָס רינגלען אונדז אַרום, ווירקן אויף אונדזער עולם־המחשבֿה. די מקובלים שטרעבן צו אַנטדעקן די באַהאַלטענע סיסטעם פֿון צייכנס אָדער אַ שליסל־קאָנצעפּציע, וואָס קאָן גורם זײַן אַ גלאָבאַלן תּיקון. אינעם פּשוטן סאָציאַל־פּאָליטישן זין, איז עס טאַקע אמת. אַ געראָטן געזאָגט וואָרט אָדער אַ סימבאָלישע מאַניפּולאַציע מיט קליינע גשמיותדיקע אָביעקטן קאָן צומאָל גורם זײַן אַ ריזיקן עפֿעקט.

„דער נאָמען פֿון דער רויז‟ איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע פּאָסטמאָדערניסטישע ראָמאַנען. הגם די סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין אַ מיטל־עלטערלעכן קאַטוילישן מאָנאַסטיר, דערמאָנט עס אינעם באַקאַנטן משל פֿונעם בעל־שם־טובֿ, לויט וועלכן די וועלט קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט אַ פֿאַרכּישופֿטן שלאָס. מיט אמונה און חכמה קאָן דער מענטש אײַנברעכן די אילוזיע־וועלט פֿון אַלע נסיונות און צוקומען צום רבונו־של־עולם, וועלכער באַהאַלט זיך אינמיטן דעם כּישוף־לאַבירינט. דער דאָזיקער משל דערמאָנט בפֿירוש אין עקאָס ראָמאַן, וווּ די העלדן בלאָנדזשען אין אַ ריזיקער ביבליאָטעק און אין אַ סכּנותדיקן לאַבירירינט, באַטראַכטנדיק מיסטעריעזע אוראַלטע טעקסטן און פֿירנדיק טיפֿע טעאָלאָגישע דיסקוסיעס. די רויז, ווי אַ סימבאָל פֿון פֿאַרלוירענער באַהאַלטענער שיינקייט, רופֿט אויך אַרויס אַסאָציאַציעס מיט דער ייִדישער בענקשאַפֿט נאָך דער הייליקער שכינה. דער ראָמאַן באַשטייט פֿון 10 טיילן, לויטן סדר פֿון די ספֿירות.