(די 2 טע זײַט פֿון 2)
לוקין עפֿנט זײַן אַרײַנפֿיר מיט אַ פּשוטער פֿראַגע: „װי אַזױ זאָל מען הערן די דאָזיקע לידער?‟ צװישן אונדזער הײַנט און דער צײַט פֿון לײבו לעװין, און זײַנע מיטצײַטלער ליגט אַ „קאָסמישער תּהום‟. דער הײַנטיקער צוהערער קאָן מער ניט באַגרײַפֿן די װערטער, די זשעסטן, די פּױזן און די זיפֿצן פֿון לעװינס מעלאָ־דעקלאַמאַציע. כּדי צו העלפֿן אָפּצושאַצן די אײגנאַרטיקײט פֿון לעװינס קונסט, האָט לוקין אַראַנזשירט די לידער און זײַנע דערקלערונגען לױטן ביאָגראַפֿישן סדר פֿון לעװינס לעבנס־געשיכטע.
שױן אינעם ערשטן ליד „קינדער־יאָרן‟, אויף איציק מאַנגערס װערטער, הערט מען גאַנץ בולט אײניקע כאַראַקטעריסטישע סימנים פֿון לעװינס סטיל. כּסדר האַלט ער זיך בײַם קלאָרן נאָרמאַטיװן ייִדישן אַרױסרעד, אָבער װען עס קומט צו ציטירן קינדער־גראַמען, גײט ער אַריבער אױפֿן בוקאָװינער דיאַלעקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן. אַזױ אַרום שאַפֿט לעװין אַ נאָסטאַלגישע דיסטאַנץ צװישן דעם „איצט‟ (ער האָט פֿאַרפֿאַסט די מוזיק צו מאַנגערס ליד אין 1973, באַלד נאָך זײַן אָנקומען קײן ישׂראל), און דער אױסגעמעקטער װעלט פֿון זײַן שטעטל. מיט זײַן מוזיק, דערװײַזט לוקין, שפּיגלט לעװין אָפּ מאַנגערס „פֿאַראײניקונג פֿון דעם, וואָס לאָזט זיך נישט פּאָרן‟ — דעם איצט און דעם אַ מאָל.
אַזױ װי מאַנגער, איז לעװין ניט געװען קײן פֿאָלקזינגער. ער האָט זיך שעפֿעריש באַנוצט מיט עלעמענטן פֿון פֿאָלקלאָרישער סטיליזאַציע װי אַ מאָדערנער קינסטלער. דאָס רובֿ מעלאָדיעס זײַנע אין דער נײַער זאַמלונג נוצן װערטער פֿון ייִדישע דיכטער מאָדערניסטן. חוץ זײַן אַמאָליקן פֿרײַנד מאַנגער, זײַנען די סאַמע נאָענטע פֿאַר אים געװען ה. לײװיק און יעקבֿ גלאַטשטײן. אין זײַן אַדאַפּטאַציע פֿון גלאַטשטײנס „ר׳ לוי יצחקס קול‟ הערט מען אָפּקלאַנגען פֿון די ניגונים פֿונעם װיזשניצער רבי, װאָס לעװין האָט אײַנגעזאַפּט װי אַ קינד. זײַן שותּפֿות מיט לײװיקן איז געװען פֿון גאָר אַן אַנדערן מין. בײדע האָבן זײ פֿאַרבראַכט יאָרן אין די רוסישע תּפֿיסות, און אַזױ אַרום באַקומט לײװיקס באַרימט ליד „אױף די װעגן סיבירער‟ זײער אַן אינטימען אָפּקלאַנג, װי אַ טײל פֿון לעװינס אײגענער ביטערער ביאָגראַפֿיע.
װי עס דערװײַזט לוקין מיט דער הילף פֿון מוזיקאָלאָגישן אַנאַליז, האָט לעװין אײַנגעזאַפּט כּלערלײ השפּעות פֿון פֿאַרשידענע טראַדיציעס, װאָס האָבן געבליט אין בוקאָװינע פֿאַרן דער מלחמה: דער ייִדישער און אוקראַיִנישער פֿאָלקלאָר, חסידישע ניגונים, די דײַטשישע און רומענישע פּאָפּולערע מוזיק און דער רוסישער „שאַנסאָן‟ פֿון אַלעקסאַנדר װערטינסקי, װאָס האָט אַ סך גאַסטראָלירט איבער רומעניע. דאָס אַלץ האָט לעװין צונױפֿגעשמאָלצן אין זײַן אײגענער קונסט, װוּ יעדעס װאָרט, יעדער קלאַנג, זשעסט און זיפֿץ, יעדע פּױזע זײַנען געװען באַלאָדן מיט מײנונג. עס איז ניטאָ קײן בעסערער װעג זיך צו דערפֿילן די אַטמאָספֿער פֿון אַמאָליקן ייִדישן טשערנאָװיץ װי צו הערן, װידער אַמאָל און אָבער אַמאָל, לעװינס פּרעכטיקע אױסזינגען און מעלאָ־דעקלאַמאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.