ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַלכעמיע, מיינען ס׳רובֿ הײַנטצײַטיקע מענטשן, אַז ס׳איז אַן אוראַלטע נאַיִווע פּראָטאָ־וויסנשאַפֿט, וואָס איז שוין לאַנג בטל געוואָרן, צוליב די פֿונדאַמענטאַלע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען פֿונעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט.
דער גרויסער אירלענדיש־ענגלישער כעמיקער און פֿיזיקער ראָבערט בויל (1627—1691) איז געווען אַן איבערגעצײַגטער אַלכעמיקער און האָט געגלייבט, אַז דורך געוויסע אָפּעראַציעס קאָן מען פֿאַרוואַנדלען ביליקע מעטאַלן אין גאָלד. אינעם יאָר 1689 האָט זיך אים אײַנגעגעבן אָפּצושאַפֿן דאָס אַלטע בריטישע געזעץ, לויט וועלכן דאָס שאַפֿן גאָלד און זילבער דורך אַלכעמישע מיטלען איז געווען פֿאַררעכנט ווי אַן ערנסט פֿאַרברעכן. אײַזיק ניוטאָן, אַן אַנדער באַרימטער בריטישער וויסנשאַפֿטלער, וועלכער האָט געגלייבט באמונה־שלמה אין אַלכעמיע און פֿאַרבראַכט זײַן האַלב לעבן, פֿירנדיק אַלכעמישע עקספּערימענטן, האָט ערנטס געמיינט, אַז זײַן קאָלעגע, בויל, האָט אַנטדעקט אַ פּראַקטישן מעטאָד פֿון גאָלד־פּראָדוקציע.
אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט די קלאַסישע אַלכעמיע כּמעט אינגאַנצן פֿאַרלוירן איר אַמאָליקע פּאָפּולערקייט, הגם עס האָבן זיך באַוויזן אַ ריי אָקולטיסטישע שרײַבער און טוער, וועלכע האָבן אָפּגעטײַטשט די אַלכעמישע סימבאָלן אויף אַ ריין גײַסטיקן אופֿן, ווי אַ וועג צום אינערלעכן מענטשלעכן שלימות. לויט זייער אָפּטײַטש, האָבן די אמתע אַלכעמיקער געשטרעבט אויסצורייניקן זייערע נשמות און אַנטדעקן אין זיך אַליין דאָס געטלעכע „גאָלד‟.
הײַנט געפֿינען זיך נאָך אַלץ גענוג ליבהאָבער פֿון אַלכעמיע — געוויינטלעך, אינעם דערמאָנטן פּסיכאָלאָגיש־מעטאַפֿאָרישן זין. דעם 23סטן און 24סטן יולי וועט אין דענווער, קאָלאָראַדאָ, פֿאָרקומען אַן אַלכעמישע קאָנפֿערענץ, געשטיצט דורך דעם אָרטיקן אָפּטייל פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַלכעמישער גילדיע‟, אין וועלכער עס זענען באַטייליקט מיטגלידער פֿון 23 לענדער. די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1998 דורך דעניס־וויליאַם האַוק, אַ ווינער ליבהאָבער פֿון אַלכעמיע.
אינעם אַרײַנפֿיר־אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַלכעמישער קאָנפֿערענץ‟ גייט נישט די רייד וועגן דעם בוכשטעבלעכן גאָלד. דער דירעקטאָר פֿון דער גילדיע טײַטשט אָפּ די אוראַלטע טראַדיציע ווי אַן אוצר פֿון פּראַקטישע עצות אין אַזעלכע געביטן, ווי פּסיכאָלאָגיע, קונסט, ליטעראַטור, קינעמאַטאָגראַף, סאָציאָלאָגיע, פּאָליטיק און אַלטערנאַטיווע מעדיצין.
אויף דער עמבלעם פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַלכעמישער קאָנפֿערענץ‟ וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ זאָדיאַק־קרײַז, באַצייכנט מיט די ייִדישע נעמען פֿון חדשים און מזלות. קיין גרויסער חידוש איז עס אָבער נישט, ווײַל במשך פֿון דער געשיכטע האָבן די אַלכעמיקער זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט ייִדישע חכמות בכלל און קבלה בפֿרט. לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, שטאַמט די גאַנצע אַלכעמישע טראַדיציע פֿון מרים הנבֿיאה.
לויט דעם גריכיש־מיצרישן אַלכעמיקער זאָסימאָס, וועלכער האָט געוווינט אין עגיפּטן מיט 1,700 יאָר צוריק, איז די לעגענדאַרע גרינדערין פֿון דער געהיימער חכמה געווען נישט משה רבינוס שוועסטער, נאָר אַן אַנדער ייִדישע פֿרוי פֿון אַ שפּעטערדיקער תּקופֿה. אין דער קנאַפּער צאָל אָפּגעהיטע ציטאַטן פֿון אירע פֿאָרשונגען ווערן צום ערשטן מאָל דערמאָנט גאַנץ פּראַקטישע כעמישע חידושים.
צווישן די הײַנטיקע פֿיגורן, וואָס אינספּירירן די הײַנטיקע אַלכעמיקער, ווערן אָפֿט דערמאָנט צוויי פֿראַנצויזן: פֿולקאַנעלי און זשאַק בערזשיע. זייערע נעמען פֿיגורירן אין די מאַטעריאַלן פֿון די פֿריִערדיקע אַלכעמישע קאָנפֿערענצן, וועלכע זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אין לאַס־וועגאַס און לאָס־אַנדזשעלעס.
פֿולקאַנעלי איז געווען איינער פֿון די לעצטע באַקאַנטע אַלכעמיקער, וועלכער האָט יאָ געגלייבט, אַז ער קאָן פֿאַרוואַנדלען איין כעמישן עלעמענט אין אַ צווייטן. דער דאָזיקער מיסטעריעזער מענטש האָט איבערגעלאָזט צוויי ביכער, „די סודות פֿון קאַטעדראַלן‟ און „די היימען פֿון פֿילאָסאָפֿן‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1926 און 1929. אינעם ערשטן בוך דערקלערט ער זײַן שיטה פֿון „פֿאָנעטישער קבלה‟, לויט וועלכער אין געוויסע קאָמבינאַציעס פֿון אותיות און ווערטער שטעקן מיסטישע כּוחות. אַ צאָל עדות־זאָגער גיבן איבער, אַז ער האָט אַמאָל פּראַקטיש פֿאַרוואַנדלט 100 גראַם בלײַ אין ריין גאָלד. פֿולקאַנעליס אמתער נאָמען בלײַבט אַ סוד.
מיט 90 יאָר צוריק, אין 1926, איז פֿולקאַנעלי פּלוצעם פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון זײַן פּאַריזער היים. זײַנע ווערק האָט ער איבערגעלאָזט איינעם פֿון זײַנע געטרײַען תּלמידים, יוזשען קאַנסעליע. זשאַק בערזשיע, אַן ערנסטער נוקלעאַרער פֿיזיקער, האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם יאָר 1937 האָט דער מיסטעריעזער פֿולקאַנעלי זיך ווידער באַוויזן אין פּאַריז, זיך געטראָפֿן מיט בערזשיע, און געוואָרנט, אַז לויט דער אַלכעמישער חכמה שטעקט אין די אַטאָמען אַ ריזיקער כּוח. אַ קליינע אַטאָמישע באָמבע קאָן אויפֿרײַסן אַ גאַנצע שטאָט און אָפּסמען די אַטמאָספֿער אויף אַ סך יאָר מיט ראַדיאַציע. דער אַלכעמיקער האָט צוגעגעבן, אַז די וויסנשאַפֿטלער זענען נאָענט צוגעקומען צום אַנטדעקן דעם דאָזיקן סוד.
זינט דעמאָלט אָן האָט קיינער נישט געזען דעם אַלכעמיקער, הגם זײַן תּלמיד, קאַנסעליע, האָט געזאָגט, אַז ער האָט איין מאָל געטראָפֿן זײַן „רבין‟ אין שפּאַניע, אינעם יאָר 1953. לויט קאַנסעליעס ווערטער, האָט דער אַלכעמיקער אויסגעזען ייִנגער און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ נײַער דערפֿרישטער באַשעפֿעניש. אַזוי צי אַזוי, האָט דער מיסטעריעזער חכם ריכטיק פֿאָרויסגעזאָגט די סכּנה פֿונעם נוקלעאַרן געווער און עס גענוג גענוי געשילדערט.
דער אמתער נאָמען פֿון זשאַק בערזשיע, אַ געבוירענער אין אָדעס, איז געווען יעקבֿ בערגער (1912—1978). נאָך ווי אַ חדר־ייִנגל, האָט ער זיך ענטוזיאַסטיש פֿאַרנומען מיט קבלה. אינעם יאָר 1925 האָט ער זיך מיט זײַן משפּחה באַזעצט אין פֿראַנקרײַך, געוואָרן דאָרטן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער כעמיקער און אָנגעהויבן אַרבעטן מיטן נוקלעאַרן וויסנשאַפֿטלער אַנדרע עלבראָנער. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט בערזשיע מיט גרויס דערפֿאָלג געפֿירט שפּיאָנאַזש קעגן די דײַטשישע געהיימע וויסנשאַפֿטלעכע פּראָיעקטן. אינעם יאָר 1943 האָבן די נאַציס אים געכאַפּט, געפּײַניקט, און אײַנגעזעצט אינעם לאַגער מאַוטהאַוזען. צום גליק, האָט זיך אים אײַנגעגעבן איבערצולעבן דעם חורבן. נאָך דער מלחמה האָט ער געאַרבעט אין דער בריטישער געהיימער אויסשפּיר־דינסט, לייזנדיק די סודות פֿון געהיימע נוקלעאַרע עקספּערימענטן אין דײַטשלאַנד.
ווי אַן ערנסטער וויסנשאַפֿטלער און שפּיאָן, איז בערזשיע געבליבן אַ פֿאַרברענטער פֿאָרשער פֿון מיסטישע ענינים, אַרײַנגערעכנט אַלכעמיע. צוזאַמען מיט לויִ פּאָוועל האָט ער אינעם יאָר 1960 פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס אייגנאַרטיקע בוך „דער פֿרימאָרגן פֿון מכשפֿים‟, וואָס האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער אַמעריקאַנער „קאָנטער־קולטור‟ פֿון די 1960ער יאָרן. דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילונג וועגן קאָנספּיראַציע־טעאָריעס, געהיימע געזעלשאַפֿטן, אַלכעמיע, „פֿליִענדיקע טעלערס‟ און כּלערליי איבערנאַטירלעכע זאַכן. אין פּאַריז בלײַבט ער באַקאַנט ווי אַ קלאַסיקער פֿונעם האַלב־רעאַליסטישן, האַלב־פֿאַנטאַסטישן זשאַנער.
עס באַקומט זיך, אַז אַן אָדעסער ייִד, וועלכער האָט געגלייבט באמונה־שלמה אין די כּוחות פֿון אַ מיסטעריעזן פֿראַנצויזישן חכם, האָט דורך זײַן אמונה ממשותדיק געווירקט אויף דער אַנטוויקלונג פֿון די הײַנטיקע אַמעריקאַנער מיסטישע קרײַזן; אינעם ענטוזיאַסטישן גלויבן שטעקט טאַקע אַ גרויסער „אַלכעמישער‟ כּוח. ווייניק מענטשן פֿאַרטראַכטן זיך אָבער, אַז בערזשיעס ענטזיאַזם צו אָקולטיסטישע ענינים האָט זיך אָנגעהויבן פֿון זײַן קינדערישן אינטערעס צו די ייִדישע סודות־התּורה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.