די פֿאָלגנדיקע „פֿייסבוק‟־מודעה האָט זוכה געווען צו אַ סך אָפּרופֿן לעצטנס:
„נאַדיאַ איז אַן אַרבעטאָרין בײַ אונדז אין אײַנפֿלאַנצונג־געשעפֿט. זי איז אַ מאַמע, וואָס כאָוועט אויף אַליין די קינדער. זי איז 60% בלינד, דאָס הייסט, ס׳איז נישט גענוג זי זאָל קריגן געלט־שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזיכערונג. כּדי אויפֿצוהאַלטן זיך און די קינדער, וואָלט זי געדאַרפֿט אַרבעטן שבת, און זי וויל אַרבעטן שבת, אָבער זי קען נישט צוליבן רעליגיעזן צוואַנג פֿון דער מדינה.‟
דאָס ישׂראלדיקע געזעץ, וואָס רעגולירט די אַרבעט־באַדינגונגען, „די שעהען פֿון אַרבעט און אָפּרו‟ זאָגט, אַז יעדער אַרבעטער האָט רעכט צו קריגן אַ הפֿסקה פֿון 36 שעה כּסדר איין מאָל אַ וואָך. דער אַרבעטער האָט רעכט, אַז דער טאָג זאָל זײַן דער טאָג פֿון מנוחה פֿון זײַן רעליגיע. אויב דער אַרבעטער דאַרף אַרבעטן אין זײַן מנוחה־טאָג, מוז דער אַרבעט־געבער אים באַצאָלן 150% פֿון זײַן געוויינטלעכן געהאַלט און געבן אַן אַנדער מנוחה־טאָג אין דער זעלבער וואָך; און ווי אַלע אַנדערע געזעצן, וואָס האָבן צו טאָן מיט די רעכט פֿונעם אַרבעטער, איז אוממעגלעך פֿאַר אַן אַרבעטער אויפֿצוגעבן זײַנע רעכט.
בקיצור, די מודעה וואָס שטיצט, לכאורה, די רעליגיעזע פֿרײַהייט איז אין דער אמתן אַ פּרוּוו פֿון אַ געשעפֿט צו פֿאַרדינען אויפֿן חשבון פֿון די נויטווענדיקע אַרבעטער. אויב די געזעצן וואָלטן דערלאָזט דעם געשעפֿט צו זײַן אָפֿן שבת, וואָלטן די אַרבעט־געבערס געקענט פֿאַרדינען אַלע זיבן טעג, און אַזוי אַרום צווינגען די אַרבעטער צו אַרבעטן שבת, אָנשטאָט צו דערמעגלעכן זיי צו פֿאַרברענגען מיט דער משפּחה.
מער ווי איין מענטש האָט איבערגעלאָזט אַ באַמערקונג, וואָס זאָגט אַזוי: „נו, און פֿאַרוואָס צאָלט איר נישט דער פֿרוי אָ מער בכּבֿודיקן געהאַלט, זי זאָל קענען זיך אויסרוען די ביינער כאָטש איין טאָג אַ וואָך, און פֿאַרברענגען מיט אירע קינדער?‟
די מודעה קען דינען ווי אַ שפּראַך־מוסטער פֿון יענע, וואָס פּרעדיקן רעליגיעזע פֿרײַהייט, און עס ווערט גענוצט אין ישׂראל פּונקט ווי דאָס לשון אָדער די באַגריפֿן פֿון „עקאָנאָמישער פֿרײַהייט‟ אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.