(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין ביידע פֿאַלן ווערן געבראַכט שׂכלדיקע אַרגומענטן, כּדי צו באַרעכטיקן דאָס פֿאַרדינען אויפֿן חשבון פֿון די אַרבעטער־רעכט, ווײַל די רעליגיעזע פֿרײַהייט איז וויכטיק די ישׂראלים פּונקט ווי דער אַמעריקאַנער חלום איז וויכטיק די אַמעריקאַנער. עס זענען פֿאַראַן גענוג „רײַבונג־פּונקטן‟ צווישן דעם וועלטלעכן ציבור און דעם, ווי עס ווערט דערפֿירט די רעליגיעזע פּאָליטיק אין לאַנד; עס שטערט, וואָס די כּשרע רעסטאָראַנען מוזן „אונטערשמירן‟ דאָס רבנות און פֿאָלגן כּלערליי רעגולאַציעס, וועלכע זײַנען גאָר נישט שײַך כּשרות, אויב זיי ווילן נאָר לאָזן די קונים וויסן, אַז זיי זענען כּשר. עס שטערט, וואָס אַ כּהן טאָר נישט חתונה האָבן מיט אַ געגטער פֿרוי, ווײַל אַזאַ חתונה איז קעגן דער הלכה, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס בדיעבֿד דאַרף דער כּהן נאָר אויפֿגעבן אויף זײַן „כּהונה‟, מישטיינס געזאָגט. עס שטערט, וואָס די חסידישע קינדער קריגן נישט קיין וועלטלעכע בילדונג אין די שולן, וואָס וואָלט זיי דערמעגלעכט זיך אײַנשליסן אין דעם אַרבעטס־מאַרק; אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה איז דער קאַמף וועגן שבת געוואָרן בלויז אַ קאַמף פֿאַר רעכט פֿונעם וועלטלעכן געברויכער צו פֿאָרן אויף אויטאָבוסן, אָפּזיצן אין רעסטאָראַן און צו גיין אײַנקויפֿן נאָך אַ טאָג פֿון דער וואָך.
אָפֿט מאָל, אַז מע רעדט וועגן אויטאָבוס שבת אָדער אָפֿענע קלייטן, קומט צום אויסדרוק די קעגנערשאַפֿט צו רעליגיע אין אַלגעמיין, און די אַרבעטער, די וואָס אַרבעטן שבת, ווערן פֿאַרגעסן. קיינער קלערט נישט וועגן אָפֿענע ביוראָען בײַ די אַדוואָקאַטן אָדער קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסטן און קאַבינעטן בײַ דאָקטוירים. זיי וועלן ממשיך זײַן צו פּראַווען שבת צוזאַמען מיט זייערע משפּחות. ניין, עס גייט דאָ די רייד, קודם־כּל, וועגן די שלעכט באַצאָלטע אַרבעטער, יונגעלײַט, נישט קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער, אָרעמע־לײַט, וואָס האָרעווען סײַ־ווי־סײַ שוין אַ גאַנצע וואָך, און וואָס עס קומט זיי מער ווי אַלע אַנדערע אַרבעטער אַ טאָג מנוחה.
און אַז אַלץ איז שוין אָפֿן שבת, וועט דאָס אויך פֿאַרגרעסערן די עקאָנאָמישע אומגלײַכקייט צווישן דער עליטע (ס׳רובֿ אַשכּנזישער, וועלטלעכער) און די אָפּגעשוואַכטע קלאַסן (בעצם מיזרחישע, טראַדיציאָנעלע). צופֿעליק האָבן מיר דאָס פּערזענלעך איבערגעלעבט, לעצטנס, פּרוּוונדיק צו געפֿינען אַרבעט ווי אַ קעכין אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָ אין אונדזער שטאָט זײַנען די רעסטאָראַנען, קאַווע־הײַזער, שענק און האָטעלן אָפֿן שבת, אָן אַן אויסנאַם, פֿאַרלעצנדיק דערמיט דעם שטאָט־געזעץ, וואָס ווערט נישט אויסגעפֿירט פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער שטאָט־ראַט, וועלכער זאָגט בפֿירוש, אַז די געשעפֿטן מוזן זײַן שבת פֿאַרמאַכט.
דער רעזולטאַט דערפֿון איז, אַז אין כּמעט אַלע מעלדונגען פֿון אַרבעט פֿאַר קעכערס שטייט אָנגעוויזן שוואַרץ אויף ווײַס: מען מוז מסכּים זײַן צו אַרבעטן אויך שבת און יום־טובֿ. אַזוי וואָלט געווען אויך בײַ אַלע אַנדערע סאָרטן אַרבעט — די שטעלעס וועלן גיין צו די וועלטלעכע בירגער, וואָס ווילן פֿאַרדינען, כּדי צו שפּאָרן אויף אַ נסיעה קיין אויסלאַנד אָדער האָבן טאַשן־געלט, אָבער די אמתע אָרעמע־לײַט, וואָס נייטיקן זיך אין פּרנסה, וועלן עס נישט קריגן.
דער רעליגיעזער צוואַנג איז אַן ערנסטע פּראָבלעם אין מדינת־ישׂראל, אָבער נישט צוליב דעם וואָס מען קען נישט קויפֿן אַ נײַעם בגד שבת. אַדרבא, דאָס איז איין פֿאַל, ווען רעליגיע היט אָפּ די רעכט פֿון די אַרבעטער. ייִדישקייט האָט געגעבן דער וועלט די קאָנצעפּציע פֿון אַ מנוחה־טאָג. אין אַמעריקע האָבן די ייִדן געגעבן דער וועלט אַ צוויי־טאָגיקן סוף־וואָך, ווײַל זיי האָבן נישט געאַרבעט שבת. עס איז נישט קיין צופֿאַל, אַז דער קאַמף קעגן רעליגיע וואָלט צונישט געמאַכט די רעכט פֿון אַן אָפּרו־טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.