די יערלעכע „אָסקאַרס‟־צערעמאָניע, וווּ מע באַערט שוין 88 יאָר מיט דעם פּרעסטיזשפֿולן פּריז די בעסטע פֿילמען פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז פֿאָרגעקומען דעם 28סטן פֿעברואַר אין לאָס־אַנדזשעלעס.
הײַיאָר, אויסער דער גרויסער צאָל פֿילמען, איז די צערעמאָניע געשטאַנען אין ליכט פֿון קאָנטראָווערסיעס און פּראָטעסטן אַרום דעם „דוחק פֿון פֿאַרשיידנקייט‟ צווישן די נאָמינירטע. די שוואַרצע אַקטיאָרן האָבן פּראָטעסטירט, און אַ פּאָר האָבן אַפֿילו באַשלאָסן צו בויקאָטירן די צערעמאָניע צוליב דעם, אַז שוין דאָס צווייטע יאָר נאָכאַנאַנד זענען צווישן די נאָמינירטע נישטאָ קיין שוואַרצע אַקטיאָרן.
טשיקאַווע איז, אַז אין שײַכות מיטן פּראָטעסט, האָט מען פֿאַרבעטן צו פֿירן די אָסקאַר־צערעמאָניע דעם אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער קאָמיקער קריס ראָק, וואָס שמט מיט זײַן שאַרפֿער צונג. ראָק האָט נישט אַנטוישט די דערוואַרטונגען; פֿון דער ערשטער מינוט אָן, בשעת ער האָט זיך באַוויזן אויף דער בינע אונטער די קלאַנגען פֿונעם באַרימטן ראַפּ־פּראָטעסט־ליד „קעמפֿט קעגן דעם כּוח‟, האָט ער זיך באַשעפֿטיקט מיט אָט דער ברענענדיקער טעמע. אויפֿן וועג האָט ער חוכא־וטלולא געמאַכט פֿון ביידע צדדים.
„מיר געפֿינען זיך נישט אין דער סיטואַציע פֿון די 1950—1960ער יאָרן‟, — האָט ער געזאָגט, — דעמאָלט האָט מען אויך נישט געהאַט קיין שוואַרצע נאָמינירטע, אָבער מע האָט נישט פּראָטעסטירט קעגן דעם. פֿאַר וואָס? ווײַל מיר האָבן דעמאָלט געהאַט אמתדיקע זאַכן צו פּראָטעסטירן… אויב מע מאַכט אַ לינטש קעגן דײַן באָבע און זי ווערט אויפֿגעהאָנגען אויף אַ בוים, קלערט מען נישט וועגן דעם, ווער ס׳וועט געווינען אין דער קאַטעגאָריע פֿונעם בעסטן קורצן דאָקומענטאַר…‟
דער בריטיש־ייִדישער קאָמיקער סאַשאַ באַראָן כּהן, פֿאַרשטעלנדיק זיך ווי זײַן באַרימטן געשטאַלט אַלי דזשי, האָט אויך חוזק געמאַכט פֿון דער „ווײַסע אָסקאַרס‟־קאָנטראָווערסיע. „איך ווייס וואָס איר האָט בײַ זיך געטראַכט: אָט קומט נאָך אַן אַנדער עכט־שוואַרצער פּרעזענטירער… אָבער ס’איז אויך נישטאָ קיין ’אָסקאַר’ פֿאַר די שווער־אַרבעטנדיקע געלע מענטשן מיט די קליינטשיקע שמעקעלעך, די ’מיניאָנס’?… איך רעפּרעזענטיר זיי, די שוואַרצע אַקטיאָרן, און פֿאַרשטייט זיך, אויך דעם אויסערגעוויינטלעכן שוואַרצן יאַט פֿון ’שטערן־מלחמות’…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.