(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַן אַנדער נאַיִווער בײַשפּיל, וואָס איינער פֿון די באַטייליקטע אינעם שמועס האָט דערמאָנט איז, אַז דאָס וואָרט „שעכטן‟ איז אויף ייִדיש „קוילען‟. הגם דאָס ערשטע וואָרט שטאַמט היסטאָריש פֿון לשון־קודש, איז עס מיט הונדערטער יאָר צוריק אינגאַנצן אײַנגעבירגערט געוואָרן אין ייִדיש און פֿאָלגט אַפֿילו די גערמאַנישע פּאַראַדיגמע פֿון „שטאַרקע ווערבן‟, ווערנדיק „געשאָכטן‟ אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט. הגם דער ווערב „קוילען‟ איז טאַקע אַ סינאָנים, רופֿט דאָס צווייטע וואָרט אַרויס אַ ריי אַנדערע קאָנאָטאַציעס; קיין אַדעקוואַטע אַלטערנאַטיוו צום ספּעציפֿישן ייִדישן ווערב „שעכטן‟ איז, דאַכט זיך, נישטאָ.
ווי זאָגט מען אויף ייִדיש shallow pan? עמעצער האָט באַמערקט, אַז „בײַ די וועי, שעלאָו פּען הייסט בײַ אונדז פֿלאַך כּדבֿריך‟. אוי וויי! די אַנדערע מיטשמועסער האָבן דערמאָנט אַ פּאָר אַנדערע „גוטע‟ ייִדישע פֿראַזע: „סווימינג פּול‟. וואָס קאָן מען טאָן, אַז דאָס מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרט „שווים־באַסיין‟ איז בײַ די חסידים נישט פֿאַרשפּרייט?
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, האָט זיך אינמיטן דער דיסקוסיע באַוויזן אָט אַזאַ פֿראַגע, אָפּהיטנדיק געוויסע עלעמענטן פֿון אייגנאַרטיקן אָריגינעלן אויסלייג: „וואָס מיינט דאָס וואָרט Frankly אין אידיש גערעדט? אונזער ציקאָנפטיגער פּרעזידענט מר. טראָמפּ יר״ה האַלט דאָס און איין נוצן. קודם האָב איך געמיינט, אז ער רעדט צו איינעם פרענק‟.
דער דאָזיקער פּרעזידענט־קאַנדידאַט, וועלכער האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרחידושט די אַמעריקאַנער מיטן מיסטעריעזן ייִדיש־שטאַמיקן וואָרט „שלאָנג‟, הייבט נישט אָן צו וויסן, מסתּמא, אַז צווישן זײַנע שטיצער טרעפֿן זיך אַזעלכע אומגראַמאַטישע מענטשן.
פֿונדעסטוועגן, איז מערקווירדיק, אַז, נישט געקוקט אויף דעם אויסמיש פֿון ענגלישע ווערטער און אומגראַמאַטישע ייִדישע פֿראַזעס, שטרעבן די הײַנטיקע חסידים צו פֿאַרברייטערן זייער וואָקאַבולאַר. די גאַנצע דיסקוסיע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אינעם יאָר 2006, פֿאַרנעמט 72 זײַטן מיט 1780 קאָמענטאַרן. אין יאַנואַר האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער ציקל פֿונעם לאַנגן לינגוויסטישן שמועס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.