ווי אַזוי זאָגט מען אויף ייִדיש?

How Do You Say It in Yiddish?


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 02, 2016, issue of March 18, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט זיך אויף דער פּאָפּולערער פֿרומער וועבזײַט „די ייִדישע וועלט‟ (Ivelt) אָנגעהויבן אַ נײַע סעריע דיסקוסיעס וועגן פֿאַרשיידענע טערמינען אויף ייִדיש.

ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידישע ייִדיש־רעדער באַנוצן זיך מיט ענגלישע ווערטער און פֿראַזעס, ווען זיי ווייסן נישט, ווי אַזוי אויסצודריקן אַ געוויסע קאָנצעפּציע.

עמעצער האָט געפֿרעגט, ווי אַזוי מע זאָל איבערזעצן אויף ייִדיש דאָס ענגלישע וואָרט literally? אַן אַנדער באַטייליקטער פֿונעם אינטערנעץ־פֿאָרום האָט גלײַך געענטפֿערט: בוכשטעבלעך, מדויקדיק, פּינקטלעך, פּשוטו־כּמשמעו, מילה־במילה, אות־באות, במציאות, פֿאַקטיש, בלי־גוזמא.

דאָס איז טאַקע אַ גוטער בײַשפּיל פֿונעם חסידישן וואָקאַבולאַר. ווען די חסידים ווייסן נישט געוויסע ייִדישע ווערטער, קאָנען זיי גרינג געפֿינען פֿאַרשיידענע לשון־קודשדיקע און אַראַמישע סינאָנימען, וואָס אַ דורכשניטלעכער וועלטלעכער ייִדיש־רעדער וואָלט נישט צוגעטראָפֿן אַזוי גרינג.

אַן אַנדער נײַגעריקער מיטשמועסער האָט געפֿרעגט אַ נאַיִווע קשיא: ווי אַזוי זאָגט מען אויף ייִדיש אַ „קרבן‟? פֿאַרשטייט זיך, אַז די ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש און לשון־תּרגום זענען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער ייִדישער שפּראַך. צי קאָן מען אָבער צוטראַכטן אַ נישט לשון־קודשדיקן סינאָנים? עמעצער האָט באַמערקט, אַז די מלמדים און די חרדים טײַטשן די פּסוקים, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן קרבנות, ווי „פֿײַער־אָפּער‟. לויט דער אַלטער טראַדיציע, טײַטשט מען די לשון־ּקודשדיקע ווערטער אָפּ, אויב אַפֿילו יעדער ייִנגל פֿאַרשטייט זייער באַדײַט. אין דעם פֿאַל, קלינגט דער סינאָנים דווקא אַלטמאָדיש און עקזאָטיש.