(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז פּרופּעס עוואַקויִרט געוואָרן אין קאַזאַכסטאַן; דערנאָך האָט ער אָבער געדינט אין דער אַרמיי און איז געוואָרן אַן אָפֿיציר. צוליב זײַנע פֿאַרדינסטן אינעם קאַמף קעגן די פֿאַשיסטן, איז ער באַלוינט געוואָרן מיט צוויי חשובֿע אָרדנס. אינעם יאָר 1944 איז ער שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און פֿאַרלוירן אַ פֿוס. זײַן האַנט איז אויך פּאַראַליזירט געוואָרן.
נאָך די שווערע וווּנדן, איז פּרופּעס באַפֿרײַט געוואָרן פֿונעם מיליטער־דינסט ווי אַן אינוואַליד. האָבנדיק אַ גוט קול, האָט ער אָנגעהויבן כּסדר צו זינגען אויף קאָנצערטן פֿאַר מלחמה־פֿאַרוווּנדעטע. נאָך דער מלחמה, אין 1946, האָט ער זיך אָנגעהויבן לערנען אין דער באַרימטער קיִעווער קאָנסערוואַטאָריע, צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער זינגער; און דאָך, נאָך צוויי יאָר שטודיעס, האָט ער פֿאַרלאָזט די קאָנסערוואַטאָריע און זיך אומגעקערט אין זײַן היימשטאָט, נאָוואָזיבקאָוו. דאָרטן האָט ער זיך געלערנט אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער איז שפּעטער געוואָרן אַ דעקאַן. די מוזיקאַלישע בילדונג האָט אים געהאָלפֿן; צוליב זײַן טעטיקייט, האָט דער אינסטיטוט אַרויסגעלאָזט אַ סך מוזיקער.
וווינענדיק זינט 1990 מיט זײַן משפּחה אין ישׂראל, בלײַבט חנן פּרופּעס אַ באַגאַבטער און אַקטיווער זינגער. ער טרעט כּסדר אויף אי אין די כאָר־קאָלעקטיוון, אי ווי אַ סאָליסט. אינעם יאָר 2015 האָט ער זיך באַטייליקן אינעם ישׂראלדיקן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש־לידער אין אַשקלון. די ייִדישע שפּראַך האָט ער זייער ליב און זינגט אָפֿט אויף ייִדיש אין פֿאַרשיידענע קאָנצערטן.
הײַנט, אין שײַכות צום ערשטן יוביליי פֿון אונדזער ייִדיש־קלוב, האָבן מיר צונויפֿגעשטעלט מיט חנן אַ פּראָגראַם פֿון באַקאַנטע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט „אויפֿן פּריפּעטשיק‟ און „אַ ייִדישע מאַמע‟. בעת דער יוביליי־אונטערנעמונג, נאָכן דאָזיקן פּאָפּולערן ליד, האָב איך דערציילט וועגן מײַן אייגענער מאַמען, עליה־השלום, די ייִדישע פּאָעטעסע ליובע וואַסערמאַן. דאָס פֿאָרלייענען אירע לידער האָט שטאַרק אויסגענומען. די אונטערנעמונג האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ קאָלעקטיוון זינגען פֿון פּאָפּולערער ייִדישע לידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.