אין די 1920ער יאָרן האָט די ייִדישע קולטור־ירושה באַקומען אַ ספּעציעלן חשיבֿות אין די אױגן פֿון די ייִדישע כּלל־טוער און קריטיקער. יעדע אידעאָלאָגישע שיטה האָט געװאָלט אױפֿבױען אַן אײגענעם נוסח פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, כּדי צו באַרעכטיקן איר פּרעטענזיע אױף דער קולטורעלער „העגעמאָניע‟ אױף דער ייִדישער גאַס. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פּױלן און אַמעריקע האָט מען אָפּגעמערקט יאָרטעג נאָך די חשובֿע ייִדישע ליטעראַטן און גענוצט די דאָזיקע געלעגנהײט, כּדי פֿאָרצושטעלן זײערע העלדן װי אײגענע גײַסטלעכע אָבֿות.
ווי אַ באַלערנדיקער מוסטער פֿון אַזאַ מין „פֿאַראײגענונג‟, קאָנען דינען צװײ פּובליקאַציעס װעגן אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, װאָס זײַנען אַרױס אין 1926 לכּבֿוד דעם 50סטן יובֿל פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער. אין ניו־יאָרק האָט דער נײַ־געשאַפֿענער ייִדישער טעאַטער־מוזײ אַרױסגעגעבן די זאַמלונג „גאָלדפֿאַדען־בוך‟. די רעדאַקטאָרן האָבן פֿאָרגעשטעלט זײער װערק װי „דער אָנהײב פֿון אַ פֿאָרשונגס־אַרבעט‟ אױפֿן געביט פֿון ייִדישער טעאַטער־געשיכטע: „דער ייִדישער טעאַטער־מוזײ איז אױסן מיט דער דאָזיקער אױסגאַבע אַרױסצורופֿן פֿאָרשונגס־אײַפֿער בײַ די יונגע ייִדישע געלערנטע אין אַלע לענדער אױף דעם פֿאַרװאָרלאָזטן געביט‟. דאָס סאַמע װערטפֿולע אינעם דאָזיקן באַנד איז גאָלדפֿאַדענס אױטאָביאָגראַפֿיע, צוגעגרײט דורכן באַקאַנטן ייִדישן היסטאָריקער יעקבֿ שאַצקין.
דער קריטיקער ד״ר מוקדוני עפֿנט זײַן נאָטיץ מיט אַ קאַטעגאָרישער דעקלאַראַציע, אַז גאָלדפֿאַדען איז אַ יחיד־במינו אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון דעם װעלט־טעאַטער: „קײן געשיכטע פֿון טעאַטער אין גאָר דער װעלט האָט ניט קײן אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען‟. גאָלדפֿאַדען, איז מוקדוני ממשיך, האָט זיך באַװיזן אױף דער װעלט יש־מאין: „ער האָט הינטער זיך ניט קײן ייִדישע טעאַטער־געשיכטע. ער האָט הינטער זיך קײן סימן ירושה פֿון טעאַטער־דערפֿאַרונג.‟ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: װאָס איז מוקדוני אױסן צו זאָגן מיט אַזאַ דרײסטער אָפּלײקענונג פֿון באַקאַנטע היסטאָרישע פֿאַקטן? זײַן כּװנה איז בולט אידעאָלאָגיש: װי אַ ייִדישיסט, װיל ער באַטאָנען דעם אוניקאַלן אײגנאַרטיקן מהות פֿון דער ייִדישער קולטור.
אין זײַן אײגענער אױטאָביאָגראַפֿיע דערקלערט גאָלדפֿאַדען זײַן דערפֿאָלג אױף דער ייִדישער בינע דורך מער פּראָזאַיִשע סיבות: אין די 1870ער יאָרן איז אין רומעניע „אױסגעװאַקסן אַ דור פֿון בראַװע, טיכטיקע, אָבער אומגעבילדעטע בעלי־מלאכות, און זײער גײַסטנאַרונג איז געװען אַ ’לידל‘ אין דעם זשאַרגאָן, װאָס זײ האָבן נאָך געדענקט פֿון רוסלאַנד‟. גאָלדפֿאַדען האָט צוגעפּאַסט די טראַדיציע פֿון קאַבאַרעט און װאָדעװיל פֿון די „בראָדער זינגער‟ צו דעם פּראָסטן געשמאַק פֿונעם ייִדישן צושױער אין רומעניע, געפֿונען פּאַסיקע אַקטיאָרן און אײַנגערעדט די אײגנטימער פֿון קאַפֿע־הײַזער, זיי זאָלן אים דערלױבן אַרױסצוטרעטן פֿאַר זײערע קונים. אַזױ שטעלט ער זיך פֿאָר װי אַ געניטער אונטערנעמער, װאָס האָט אױסגענוצט אַ פּאַסיקן מאָמענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.