(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער ערשטער פּרעמיער־מיניסטער בן־גוריון, (דוד גרין) אַ ייִד פֿון אַ קליין שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע, אָנגעפּאַשעט מיט דער השׂכּלה מיט אַ נײגונג צו סאָציאַליזם, האָט גענומען אויף אייגענע אַכזריות צו עלימינירן די אַכּנזישע קולטור, איר שפּראַך, אירע אויפֿטוען אין משך פֿון צוויי טויזנט יאָר, האָט אויף אַן אייגענער האַנט אײַנגעפֿירט אַ שטיקל דיקטאַטור, מיטן ציל צו באַשאַפֿן אַ שפּאָגל־נײַעם ייִד, אַן ישׂראלי, אַן עבֿרי; אָפּשנײַדן די פֿעדעם פֿון אונדזער אמונה, און אײַנפֿירן אַ וועלט־כּכל־הגויים.
דער פֿילם שטעלט זיך אָפּ אויף אַלע מלחמות און לײדן, אויף פֿאַרשיידן־עטנישע און פֿרומע צוזאַמענשטויסן, אויף די נערוון־אַטאַקעס בײַ די ישׂראלים, וואָס האַלטן נישט פֿון די קאָלאָניסטן, פֿון ייִדן וואָס פֿאַרכאַפּן לאַנד בײַ די אַראַבער און בויען אייגענע דערפֿער, ווײַל אַזוי שטייט אין תּנך — גאָט האָט אונדז געגעבן גאַנץ ירושלים, שכם, חבֿרון, בית־לחם און עבר־הירדן, נישט נאָר די פֿיר איילן, אין וועלכע מיר געפֿינען זיך הײַנט.
זשורנאַליסטן באַפֿאַלן די הײַנטיקע יונגע ישׂראלים, וועלכע רעדן שוין ענגליש, פֿאַרמאָגן פּאַספּאָרטן פֿון שפּאַניע, דײַטשלאַנד, פּוילן און אונגאַרן, מיט דער פֿראַגע:
„וואָס מיינט פֿאַר דיר די ייִדישע מדינה?‟ — דער ענטפֿער קומט מאָמענטאַל:
„מ’איז אַרויס פֿון איין געטאָ און באַשאַפֿן אַ צווייטע…“
„לויט אײַער מיינונג, האָט ישׂראל אויסזיכטן אויף עקזיסטענץ?‟
צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע מוזט איר זען דעם פֿילם „צונויפֿגעשטויסענע חלומות‟. ס’איז איינע פֿון די בעסטע, בולטע, זאַכלעכע פֿילמען הײַנט צו טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.