דעם ערשטן שבת פֿון חודש מאַרץ, אין 1916, איז געווען קאַלט אין פֿילאַדעלפֿיע. די טעמפּעראַטור איז אַראָפּ ביז 20 פֿאַרענהײַט־גראַד. ווען דער באַזוכער פֿון דער שטאָט, מיט לאַנגע האָר און אַ גרוי בערדל, איז אַרויס פֿונעם האָטעל „מאַדזשעסטיק‟ אויף נאָרט־בראָאַד־סטריט, האָט ער זיך זיכער געפֿילט נישט־גוט אויף דער קאַלטער גאַס, זײַענדיק אַ קראַנקער מאַן, אויסגעמוטשעט פֿון טובערקולאָז און דיאַבעט.
די צײַטונגען האָבן איבערגעגעבן די נײַעס, אַז דער ייִדישער הומאָריסט שלום ראַבינאָוויטש — באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים „שלום־עליכם‟ — קומט אָן אין דער שטאָט און קלײַבט זיך אויפֿצוטרעטן אינעם בנין פֿון דער „מעטראָפּאָליטאַנער אָפּערע‟. די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען האָבן דעמאָלט פֿאַרנומען די סענסאַציאָנעלע ידיעות וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה. די דײַטשישע מיליטערישע סובמאַרינען האָבן דערטרונקען מער ציווילע פֿראַכט־שיפֿן, פּראָוואָצירנדיק די פֿאַראייניקטע שטאַטן זיך אַרײַנצוציִען אין דער גרויסער אייראָפּעיִשער שחיטה. פֿונדעסטוועגן, האָט דער וויזיט פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס אין די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער אויסגאַבעס.
שלום־עליכמס לייענער האָבן זיך נישט גענייטיקט אין די ענגלישע צײַטונג־רעקלאַמעס. אַ גרויסער ייִדישער עולם האָט זיך פֿאַרזאַמלט בײַם האָטעל, וווּ דער שרײַבער איז אײַנגעשטאַנען. במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך האָט „די ייִדישע וועלט‟, די גרעסטע טאָג־צײַטונג אויף ייִדיש אין פֿילאַדעלפֿיע, פֿאַרשפּרייט די נײַעס וועגן „דעם מאַן, וועלכער מאַכט אַ גאַנץ פֿאָלק צום לאַכן‟. „עס איז די גרעסטע ערע פֿאַר די פֿילאַדעלפֿיער ייִדן דיזן גרויסן מײַסטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור צו האָבן אַלס גאַסט‟.
מוציא־שבת, האָבן הונדערטער פֿרומע ייִדן זיך געלאָזט גלײַך פֿון די שילן זיך צו טרעפֿן מיט שלום־עליכמען. אַלטע מענער מיט פּאות און לאַנגע בערד, פֿרויען מיט שײַטלעך און פֿאַטשיילעס, צוזאַמען מיט די יונגע־לײַט, וועלכע האָבן זיך שיין באַקליידט, אויף וויפֿל דאָס אָרעמע קעשענע פֿונעם אימיגראַנטישן אַרבעטער האָט זיי דערמעגלעכט, האָבן געוואָלט הערן דעם מענטש, וועלכן אַפֿילו די אַמעריקאַנער גויים האַלטן פֿאַרן „ייִדיש מאַרק טוויין‟.
פֿאַרן הײַנטיקן אַמעריקאַנער, קלינגען שלום־עליכמס טבֿיה דער מילכיקער, מנחם־מענדל און די ייִדעלעך פֿון כּתריאלעווקע, ווי קאָמישע פּערסאָנאַזשן פֿון אַ ווײַט לאַנד אין אַ פֿאַרצײַטיקער תּקופֿה. מיט הונדערט יאָר צוריק זענען די לייענער אַליין געווען אַ טייל פֿון יענער אונטערגעגאַנגענער מיזרח־אייראָפּעיִשער שטעטל־וועלט. ס׳רובֿ אימיגראַנטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם רוישיקן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פֿילאַדעלפֿיע, זענען געקומען פֿונעם זעלבן שטח — פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע, וווּ עס קומט פֿאָר דער סיפּור־המעשׂה אין די ביכער און דערציילונגען פֿונעם גרויסן שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.