(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿרוי דאַלמאַ ספּיטסערנאָוואַ זינגט אַ ביסל אַנדערש, אָבער ווי עס זאָל נישט זײַן, זעט אויס, אַז לויט די ווערטער איז דאָס ליד אַ בעטלערליד. דער פֿאַקט, וואָס מען האָט עס געזונגען סײַ אין מײַן באָבעס שטעטל אין בוקעווינע, סײַ אין גאַנץ ווײַטן סלאָוואַקײַ, איז אַ באַווײַז, אַז דאָס ליד איז אַן אַלטס. מיט דער זעלבער מעלאָדיע זינגט מען, אַגבֿ, אַנדערע ייִדישע לידער ווי „אין שטעטל ניקאָלײַעוו‟ און „אין אַ קליינעם שטיבעלע‟. די קאַפּעליע שפּילט זיך אַרום איר געזאַנג און נעמט אויך אַרײַן דער זינגערינס קול און מער מאָדערנע קלאַנגען, ביז די זינגערין זינגט דאָס ליד אויף סלאָוואַקיש.
קיין ענגלישע איבערזעצונג איז נישט פֿאַראַן אינעם קאָמפּאַקטל־ביכל, קען מען נישט וויסן וואָסער שפּראַך מע זינגט אַ טייל פֿון די אַנדערע לידער — אונגעריש? סלאָוואַקיש? אָבער אַפֿילו אָן צו וויסן די שפּראַך האָט מען הנאה פֿון די לידער און מעלאָדיעס. די גרופּע האָט גוט אַראַנזשירט די לידער אין אַ קלעזמערישן מיטל, קען מען זיך נישט באַקלאָגן.
דאָס ייִדישע ליד „מע פֿירט די כּלה צו דער חופּה‟ ווערט הײַנט פּאָפּולער אין דער קלעזמער־וועלט און די פּרעשבורגער קאַפּעליע באַמיט זיך אָנצוהאַלטן דעם דיאַלעקט — מע זינגט „קאָלע‟ (כּלה) און „געדאָווערט‟ (געדויערט), און דאָס געזאַנג מיטן דיאַלעקט האָט אַ באַזונדערן חן.
אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם קאָמפּאַקטל זינגט מען לידער פֿון מאַרמערוש און פֿון סאַטמאַר, און די זינגערין מאַרטאַ פּאָטאַנקאָוואַ האָט אַ פּרעכטיק פֿאָלקיש קול סײַ פֿאַר די גיכע, פֿריילעכע לידער, סײַ פֿאַר די קלאָגלידער. דאָס אונגערישע ליד „סאָל אַ קאָקאַש מאַר‟, וואָס אַלע אונגערישע חסידים זינגען, ווערט דאָ אויך געזונגען. ווייניקער באַקאַנט איז, וואָס דאָס ליד האָט ייִדישע ווערטער מיט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן. די ערשטע צוויי שורות אויף ייִדיש, זינגט מען אַזוי:
עס קרייעט שוין דער האָן
דער טאָג פֿאַנגט שוין אָן…
די השפּעה פֿון דער אונגערישער גרופּע „מוזיקאַזש‟ און דער בודאַפּעשטער גרופּע „די נײַע קאַפּעליע‟ הערט מען אויף די לידער; אַ סטיל וואָס איז גאַנץ אַנדערש פֿון די פּוילישע און רומענישע קלעזמאָרים. די פּרעשבורגער קאַפּעליע האָט ליב צו „נאַשן‟ פֿון אַ סך פֿאַרשיידענע ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס און אַלע אירע נאַשערײַען זענען געראָטן. צו הערן ווי די קאַפּעליע זינגט „אַזוי לאַנג‟ גיט אַ קוועטש דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.