(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די רעגירונג האָט ניט בלויז אונטערגעהאַלטן דעם פּראָיעקט, נאָר אַפֿילו אױסגעטײלט אַ בכּבֿודיקע סומע געלט. דעמאָלט, מיט צװײ יאָר צוריק, איז עס געװען געלט; הײַנט, נאָך די אַלע „מײַדאַנען‟, און בעת אַ „פֿױלער מלחמה‟ איז פֿון יענעם געלט געװאָרן אַש און פּאָרעך, די אינפֿלאַציע האָט אױפֿגעפֿרעסן צװײ־דריטל פֿון יענער בכּבֿודיקער סומע.
איך דערצײל דאָס אַלץ ניט, כּדי אַרױסרופֿן יענעמס רחמנות אױף דער קאַטאָרזשנע, ממש בחצי־חינמדיקע אַרבעט פֿון דער פֿילמירונג־גרופּע. נײן, חס־וחלילה, די חבֿרה װעלן פֿאַרענדיקן די אַרבעט אױף יעדן פֿאַל און לױטן גראַפֿיק. אַפֿילו װען זײ װעלן מוזן עסן שטײנער און פֿאַרטרינקען מיט רעגן־װאַסער, הײבן זיך אָן, דעם 12טן מערץ, די פֿילמירונגען, סײַ אינעם פּאַװיליאָן און סײַ אױף דער נאַטור. נאָר װאָס?… איך װיל ניט איבערדערצײלן דעם סוזשעט פֿונעם פֿילם, װײַל עס האָט ניט קײן טעם צו כאַפּן הײסע לאָקשן, אָבער עס רעדט זיך װעגן אַ סך מאַסן־סצענעס (אַרײַנרעכענדיק די סצענעס אינעם „באַדינגלעכן‟ באַבי־יאַר), עס רעדט זיך װעגן ברענגען צו די פֿילמירונגען אַ סך ייִדישע קינדער, דערװאַקסענע און עלטערע־לײַט פֿון אַלע עקן אוקראַיִנע. מע דאַרף זײ באַזאָרגן מיט אַ גלאָז הײסער טײ און מיט אַ האָלץ־אױװן, װײַל די פֿילמירונגען װעלן פֿאָרקומען אין פֿעלד און אין דרױסן. לױט אַלע פּראָגנאָזן, װעט זײַן אַרום 4 גראַד.
עס איז דאָך איבעריק צו רעדן װעגן די ברײטע ייִדישע הערצער און איך װיל גלײַך אָנרופֿן דעם ייִדישן „פֿאָרװערטס‟, װעלכער האָט פֿאָרגעלײגט צו זײַן אַן אינפֿאָרמאַציע־ספּאָנסאָר פֿונעם פּראָיעקט. די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור האָט געפֿונען אַ פֿרײַנדלעכע מעגלעכקײט צו פֿאַרבינדן די פּראָיעקט־גרופּע מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכן „פֿאָנד אױפֿן נאָמען פֿון יעקבֿ און װלאַדיסלאַװאַ מאָשקאָװיטש‟, און אַ דאַנק זײער ברײטהאַרציקער הילף, װעט די פֿילם־גרופּע קענען דינגען אַ קראַן פֿאַר די פּאַנאָראַמישע פֿילמירונגען.
די פֿילם־גרופּע װענדט זיך צו יעדן אײנעם פֿון די װױלע ייִדן און ניט־ייִדן, צו העלפֿט אונדז צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט, און אײַער הילף װעט ניט בלויז באַצײכנט װערן אין די טיטלען פֿונעם פֿילם, נאָר װעט באַװײַזן דער גאָרער װעלט, אַז קײן שום אינפֿלאַציע, קײן שום מאַטעריעלע און פֿיזישע שװעריקײטן קענען ניט אָנשטעלן דעם הומאַניסטישן טאַט פֿון פֿאַראײביקן דעם זכר פֿון אונדזערע הײליקע קדושים, אַ דאַנק װעלכע מיר קענען הײַנט לעבן און בלײַבן װױלהאַרציק אין אונדזער װילן צו העלפֿן אַנדערע.
טײַערע פֿרײַנד, איר קענט מנדבֿ זײַן אױף אײנעם פֿון די קאָנטעס און זײַט זיכער, אַז יעדער אײַער שװער פֿאַרדינטער גראָשן װעט אינװעסטירט װערן אינעם פֿאַראײביקן דעם ליכטיקן אָנדענק פֿון די חורבן־קרבנות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.