קאָני־אײַלענד, אַ לאַנד פֿון אײביקן פּורים

Coney Island, Where Purim is Forever

Getty Images

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 09, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ניט שוואַכער איז געװען דער אײַנדרוק פֿון קאָני־אײַלענד אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אײניקע שילדערונגען און סצענעס דערמאָנען די בילדער פֿון קאָני־אײַלענד אין די ראָמאַנען: „אָנקל מאָזעס‟ פֿון שלום אַש און „שׂונאים: געשיכטע פֿון אַ ליבע‟ פֿון יצחק באַשעװיס. ניט װײניק חשובֿ איז קאָני־אײַלענד געװען אױך פֿאַר די ייִדישע דיכטער. זײ האָבן דאָ געזען ניט סתּם אַ פֿאַרװײַלונג־פּאַרק, נאָר אַ מין גרענעץ־לאַנד, װאָס ליגט צװישן ים און יבשה. דער דאָזיקער צװישן־מצבֿ האָט באַקומען פֿאַרשידענע אױסטײַטשונגען בײַ פֿאַרשידענע דיכטער.

װען משה־לײב האַלפּערן, „דער פּאָעט‟, „האָט דעם טױט אױף די כװאַליעס געזען‟, איז ער טאַקע געשטאַנען אױפֿן ים־ברעג און געקוקט קײן מיזרח, אין דער ריכטונג פֿון דער אַלטער הײם. די דאָזיקע סתּירה צװישן דאָ און דאָרטן, הײַנט און נעכטן, װערט דאָ באַטאָנט דורכן קאָנטראַסט צװישן „מענטשן פֿיל טױזנט‟, װאָס האָבן „אין װאַסער זיך װילד מיט דעם לעבן געפֿרײט‟, און דער אײנזאַמקײט פֿונעם דיכטער פּנים־אל־פּנים מיטן טױט. די דאָזיקע װיזיע האָט אַן אָפּקלאַנג אין דער פֿאָטאָגראַפֿישער שאַפֿונג פֿון האַלפּערנס אַ לאַנדסמאַן פֿון זלאָטשעװ, אַרטור פֿעליג. ער האָט זיך קונה־שם געװען אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָטאָגראַפֿיע אונטערן נאָמען „װידזשי‟, מיט זײַנע ברוטאַלע בילדער פֿון קרבנות פֿון גאַסן־פֿאַרברעכנס. אָבער אױף קאָני־אײַלענד האָט ער טאַקע פֿאָטאָגראַפֿירט דעם פֿרײלעכן המון אױפֿן ים־ברעג.

גאָר אַן אַנדער בילד — אימפּרעסיאָניסטיש און סענסועל — טרעפֿט מען אין בעריש װײַנשטײנס ליד „אױפֿן אינדזל פֿון גראָטעסק‟. דאָס איז אַן אָרט פֿון לוסט און תּאװה: „נאַסע פֿרױען־היפֿטן רינען אָפּ זאַלציק אין האַרטע מענערישע אָרעמס, / און דורך נאַסע קאָסטיומען רײַסט זיך דורכזיכטיק איטלעכס גליד.‟ צװישן אַלע ייִדישע דיכטער איז װײַנשטײן געװען מסתּמא דער סאַמע פֿילעװדיקער צו די שטימונגען, קאָלירן און דעם מאַגישן כּוח פֿונעם ים. אויב פֿאַר האַלפּערן איז קאָני־אײַלענד געװען דאָס אָרט פֿון פּראַװען התבודדות אין דער סאַמע מיט פֿונעם המון, איז װײַנשטײן פֿאַרכּישופֿט געווען דורך עקזאָטיק: „ס’זיצט אַ פֿאַרלײגטער סולטאַן אין אַ מײדל־רינג, געקלײדט אין פֿײַגן־בלעטער. / פֿון זײערע האָר שמעקט קטורת און בשׂמים‟. „דער אינדזל פֿון גראָטעסק‟ איז אַן אָרט פֿון עבֿודה־זרה, װאָס ציט צו און אײנצײַטיק שרעקט אָפּ.

אַ סבֿרה, אַז האַלפּערן, װײַנשטײן און אַנדערע ייִדישע דיכטער האָבן געשעפּט זײער מעטאַפֿאָרישן שטאָף פֿאַר זײערע גראָטעסקישע און לעבעדיקע בילדער פֿון ניו־יאָרק דװקא אױף קאָני־אײַלענד. און פּונקט װי אַנדערע פּאָפּולערע ערטער אין דער שטאָט, האָט קאָני־אײַלענד געהאַט פֿאַר זײ אַ ספּעציעלן ייִדישן בײַטעם, װאָס איז געװאַקסן פֿון דער מעלאַנכאָלישער נאָסטאַלגיע נאָכן פֿאַרשװוּנדענעם עבֿר. פֿאַרן אַלגעמײנעם אַמעריקאַנער עולם איז דער דאָזיקער מעלאַנכאָלישער בײַטעם פֿון קאָני־אײַלענד געװאָרן בולט ערשט שפּעטער, װען דער לאָקאַל איז אונטערגעגאַנגען אין די 1960ער–1970ער.