ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 08, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מאַרץ 1968: די דאַטע פֿונעם אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿון פּוילן

די פֿונדאַציע „שלום‟ פֿאַרבעט דעם וואַרשעווער עולם אויף אַן אָנדענק־אַקאַדעמיע דעם אַכטן מאַרץ אויפֿן גדאַנסקער וואָקזאַל; פֿון דאָרטן פֿאָרן אַרויס די באַנען פֿון וואַרשע קיין גדאַנסק. פֿאַר וואָס דווקא אויפֿן גדאַנסקער וואָקזאַל? ווײַל פֿון דאָרטן זענען אַרויסגעפֿאָרן די ייִדן בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין מאַרץ 1968. געפֿאָרן זענען זיי קיין ווין. דאָרטן האָבן די „מאַרצניקעס‟, דהײַנו, די ייִדישע פּליטים פֿון מאַרץ 1968 אויסגעקליבן דעם המשך פֿון זייער נסיעה. אַ טייל האָבן עמיגרירט קיין ישׂראל, אַ טייל קיין שוועדן און אַ טייל קיין אַמעריקע, און אַנדערע לענדער.

דער שרײַבער הענריק גרינבערג איז געווען איינער פֿון זיי און זײַנע ווערטער שטייען הײַנט אויסגעקריצט אויף אַ טאָוול, טאַקע אויפֿן גדאַנסקער וואָקזאַל: „זיי האָבן דאָ איבערגעלאָזט מער ווי זיי האָבן גענומען מיט זיך‟.

נאָך דער צערעמאָניע אויפֿן וואָקזאַל ווערט דער עולם פֿאַרבעטן צום ייִדישן טעאַטער אויף אַ פֿילם. דער פֿילם הייסט „רײַזע־דאָקומענט‟. די אַנטיסעמיטישע סאָציאַליסטישע מאַכט האָט צוגענומען בײַ די ייִדן, וואָס זענען, אַגבֿ, געווען דאָס רובֿ הייסע פּוילישע פּאַטריאָטן, זייער פּוילישע בירגערשאַפֿט. פֿון הײַנט אויף מאָרגן זענען זיי געוואָרן פּליטים אין דער אייגענער היים. אַ פּליט האָט נישט קיין רעכט אויף קיין פּאַספּאָרט. ער קען נאָר האָבן דעם אַזוי גערופֿענעם „רײַזע־דאָקומענט‟. מיטן „רײַזע דאָקומענט‟ קען ער אַרויספֿאָרן פֿון פּוילן. צוריקקערן זיך — קען ער נישט. ווען פּוילן וואָלט געבליבן סאָציאַליסטיש, וואָלטן די „מאַרצניקעס‟ קיין מאָל נישט געקאָנט קומען צוריק אַפֿילו אויף אַ באַזוך.

דעם 19טן מאַרץ 1968 האָט וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער שעף פֿון דער פֿאַראייניקטער פּוילישער אַרבעטער־פּאַרטיי, געזאָגט אין זײַן רעדע פֿאַר דער פּוילישער אַרבעטער־פּאַרטיי: „די וואָס האַלטן ישׂראל פֿאַר זייער היימלאַנד, די יעניקע זענען מיר גרייט צו געבן רײַזע־דאָקומענטן, זיי זאָלן אַרויספֿאָרן פֿון דאַנעט.‟ דער זאַל האָט געענטפֿערט ענטוזיאַסטיש: „די רגע!‟

ס׳איז מסתּמא כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די וואָס מע האָט דעמאָלט באַשולדיקט אינעם זײַן אַ ציוניסט, האָבן אָפֿטמאָל נישט געוווּסט וואָס איז אַזוינס ציוניזם. זיי זענען געווען כּמעט אָן אַן אויסנאַם געטרײַע פּוילישע פּאַטריאָטן. עס זענען אַפֿילו געווען אַזעלכע צווישן די גערודפֿטע, וואָס זייערע טאַטע־מאַמע האָבן זיי קיין מאָל נישט דערציילט, אַז זיי זענען ייִדן. דאָס האָט זיי דערציילט די געהיימע פּאָליציי איידער מען האָט זיי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון שול און דער אַרבעט.

אַגבֿ, אָפֿט מאָל פֿרעגט מען, וויפֿל ייִדן זענען געבליבן אין פּוילן. נעמט, למשל, די משפּחה גאָמולקאַ. גאָמולקאַ האָט חתונה געהאַט אין יאָר 1950 מיט ליוואַ שאָקען, אַ ייִדישע קאָמוניסטקע. הייסט עס, אַז זייער זון רישאַרד איז לכל־הדעות אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד.

אין פּוילן שרײַבט מען וועגן די תּל־אָבֿיבֿער כומוס־רעסטאָראַנען

די גרויסע פּוילישע צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, ווידמעט גאַנצע צוויי זײַטן די תּל־אָבֿיבֿער כומוס־רעסטאָראַנען — נאָך אַ באַווײַז, אַז ישׂראל בכלל און תּל־אָבֿיבֿ בפֿרט זײַנען געוואַלדיק פּאָפּולער בײַם פּוילישן עולם.

די צײַטונג גיט אַ פּרטימדיקן באַריכט וויפֿל זענען פֿאַראַן כומוס־רעסטאָראַנען אין תּל־אָבֿיבֿ; וואָס זענען די בעסטע צווישן זיי, און וואָס פֿאַראַ מינים כומוס זיי דערלאַנגען.

אָבער אָן א ביסל פּוילישער נאָסטאַלגיע גייט עס נישט. די צײַטונג גיט צו, אַז דער כומוס און אַנדערע לאַקאַלע מאכלים זענען הײַנט דאָס אייברעשטע פֿון שטייסל אין דער ישׂראלדיקער קיך. דער זשורנאַליסט, פּאַוועל סמאָלענסקי, דערמאָנט אָבער, אַז אַ מאָל האָט תּל־אָבֿיבֿ גערעדט פּויליש און ייִדיש, און ער פֿאַרבעט אַלעמען אין אַ רעסטאָראַן אויף דער דיזענגאָף־גאָס, וואָס איז געבליבן פֿון יענער תּקופֿה. עס גייט אַ רייד וועגן „קיטון‟ — אַ באַליבט אָרט צווישן די אַמאָליקע תּל־אָבֿיבֿער קינסטלערס. דעם נאָמען „קיטון‟, דהײַנו, „קיטשינעט‟ [אַ קליינע קיך], האָט געגעבן דעם אָרט דער באַרימטער קאָמוניסטישער באָקסער און פּאָעט, דער בילד-שיינער אַלכּסנדר פּען.

אַגבֿ, צווישן די קליענטן פֿון „קיטון‟ איז געווען אויך הענעך קאָן, וואָס האָט געשריבן מוזיק פֿאַר אַ לאַנגער ריי ייִדישע טעאַטערס אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די מוזיק פֿאַר דעם באַרימטן פֿילם, „דיבוק‟ איז אויך זײַנע. זיצנדיק אין רעסטאָראַן „קיטון‟ און וואַרטנדיק אויף זײַן מיטאָג, האָט הענעך קאָן אָנגעשריבן דאָס דאָזיקע ליד (ווערטער און מוזיק). דאָס איז, אַגבֿ, אויך געווען אין יאָר 1968. דאָס ליד איז געווידמעט די סימפּאַטישע באַלעבאַטים פֿון לאָקאַל, האַרי און שׂרהלע. דאָס ליד איז אָנגעשריבן געוואָרן אויף אַ פּאַפּירענער סערוועטקע; און אָט אַזוי קלינגט עס:

האַרי און שׂרהלע
איז אַ פֿײַן פּאָרעלע.
ביידע זענען שיין און נעט,
ווען זיי שטייען בײַם בופֿעט.
זי איז קלוג און האָט שׂכל:
כ׳האָב ליב, ווען זי גיט אַ שמייכל.
טאָמער איז זי אַ ביסל בייז:
ס׳ווערט מיר, נעבעך, קאַלט און הייס.
כ׳וויל וויינען מיט הייסע טרערן…
אפֿשר וויל זי מיך פּטור ווערן?
ס׳איז צום וויינען, נישט צום לאַכן.
כ׳וועל זי דאָך בדלות מאַכן.
נאָר דער האַרי, געוואַלד אוי־ווײַ —
ער איז דאָך פּשוט אַ הולטײַ.
נעמט אַרײַן אַ קונצן־מאַכער,
איך וויל מאַכן שאַכער־מאַכער. ס׳איז דאָך אַ געדאַנק אַ ווילדער, אָנשטאָט פֿונטן, נעמט ער בילדער. כ׳ווייס נישט, ווי איך בין אַ ייִד, ווער פֿון אונדז וועט ווערן מיד? האַרי! נעם זיך צו אַן אַנדער האַנדל, אַז נישט, וועסטו פּטור ווערן דאָס רעסטאָראַנדל!