די פֿונדאַציע „שלום‟ פֿאַרבעט דעם וואַרשעווער עולם אויף אַן אָנדענק־אַקאַדעמיע דעם אַכטן מאַרץ אויפֿן גדאַנסקער וואָקזאַל; פֿון דאָרטן פֿאָרן אַרויס די באַנען פֿון וואַרשע קיין גדאַנסק. פֿאַר וואָס דווקא אויפֿן גדאַנסקער וואָקזאַל? ווײַל פֿון דאָרטן זענען אַרויסגעפֿאָרן די ייִדן בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין מאַרץ 1968. געפֿאָרן זענען זיי קיין ווין. דאָרטן האָבן די „מאַרצניקעס‟, דהײַנו, די ייִדישע פּליטים פֿון מאַרץ 1968 אויסגעקליבן דעם המשך פֿון זייער נסיעה. אַ טייל האָבן עמיגרירט קיין ישׂראל, אַ טייל קיין שוועדן און אַ טייל קיין אַמעריקע, און אַנדערע לענדער.
דער שרײַבער הענריק גרינבערג איז געווען איינער פֿון זיי און זײַנע ווערטער שטייען הײַנט אויסגעקריצט אויף אַ טאָוול, טאַקע אויפֿן גדאַנסקער וואָקזאַל: „זיי האָבן דאָ איבערגעלאָזט מער ווי זיי האָבן גענומען מיט זיך‟.
נאָך דער צערעמאָניע אויפֿן וואָקזאַל ווערט דער עולם פֿאַרבעטן צום ייִדישן טעאַטער אויף אַ פֿילם. דער פֿילם הייסט „רײַזע־דאָקומענט‟. די אַנטיסעמיטישע סאָציאַליסטישע מאַכט האָט צוגענומען בײַ די ייִדן, וואָס זענען, אַגבֿ, געווען דאָס רובֿ הייסע פּוילישע פּאַטריאָטן, זייער פּוילישע בירגערשאַפֿט. פֿון הײַנט אויף מאָרגן זענען זיי געוואָרן פּליטים אין דער אייגענער היים. אַ פּליט האָט נישט קיין רעכט אויף קיין פּאַספּאָרט. ער קען נאָר האָבן דעם אַזוי גערופֿענעם „רײַזע־דאָקומענט‟. מיטן „רײַזע דאָקומענט‟ קען ער אַרויספֿאָרן פֿון פּוילן. צוריקקערן זיך — קען ער נישט. ווען פּוילן וואָלט געבליבן סאָציאַליסטיש, וואָלטן די „מאַרצניקעס‟ קיין מאָל נישט געקאָנט קומען צוריק אַפֿילו אויף אַ באַזוך.
דעם 19טן מאַרץ 1968 האָט וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער שעף פֿון דער פֿאַראייניקטער פּוילישער אַרבעטער־פּאַרטיי, געזאָגט אין זײַן רעדע פֿאַר דער פּוילישער אַרבעטער־פּאַרטיי: „די וואָס האַלטן ישׂראל פֿאַר זייער היימלאַנד, די יעניקע זענען מיר גרייט צו געבן רײַזע־דאָקומענטן, זיי זאָלן אַרויספֿאָרן פֿון דאַנעט.‟ דער זאַל האָט געענטפֿערט ענטוזיאַסטיש: „די רגע!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.