לאָמיר זײַן ייִדן, נישט קיין אַנגלאָסאַקסן!

Let's Be Jewish, not Anglo-Saxon!


פֿון הערשל גלעזער

Published March 11, 2016, issue of April 01, 2016.

יעדעס מאָל, ווען כ׳הייב אָן צו גלייבן, אַז אַ דאַנק מאַמע־לשון זענען מיר ייִדישיסטן מער אייראָפּעיִש ווי אַמעריקאַניש, טרעפֿט זיך עפּעס וואָס דערמאָנט מיך, אַז ס׳איז נישט אמת, נאָר אַן אײַנרעדעניש. וועגן וואָס רעדט זיך?

אַ מאָל, אין מיזרח־אייראָפּע, האָט מען זיך נישט געשעמט אַרויסצוּווײַזן עמאָציעס. יום־כּיפּור צו כּל־נדרי פֿלעג מען וויינען, אויף לוויות פֿלעג מען וויינען, אין ייִדישן טעאַטער פֿלעג מען שפּילן זייער „ברייט“.

אמת, פֿונעם שפּילן ברייט קען ווערן שונד, אָבער ס׳מוז נישט זײַן אַזוי. דאָ אין אַמעריקע, אָבער, זענען ייִדן „פֿאַראַנגלאָסאַקסישט“ געוואָרן, אַזוי אַז די עמאָציעס מוז מען אײַנהאַלטן, און יעדע עמאָציע אויף דער סצענע איז כּלומרשט שונדיש. אין מיזרח־אייראָפּע, ווידער, וווּ די „גאַמע עמאָציעס“ איז געווען אַן אַנדערע, איז סענטימענטאַלקייט נישט געווען פּסול.

פֿונעם „פֿאַראַנגלאָסאַקסישט“ ווערן צוויי משלים מערנישט: מיט יאָרן צוריק איז געקומען אַהער צו גאַסט פֿון ישׂראל אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ע״ה און איז אויפֿגעטראָטן אין שלום־עליכם־צענטער אין בראָנקס. די טעמע איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען זײַן נײַסט ביכל וועגן ווילנע. האָט ער דערציילט גאַנץ קאַלטבלוטיק פֿריִער וועגן פֿאַרמלחמהדיקן ווילנע און צום סוף — וועגן דעם חורבן. וואָס קען מען טאָן? ס׳איז זייער אַ טרויעריקע מעשׂה. נאָך זײַן אָפּרעדן איז צו מיר צוגעקומען אַ באַקאַנטער און אײַנגעראַמט אין אויער, אויף ענגליש גאָר (כאָטש ער האָט זייער גוט געקענט ייִדיש): What a tearjerker! כ׳האָב גאָרנישט געענטפֿערט, נאָר געטראַכט צו זיך: טאַקע?! קאַרפּינאָוויטש האָט דאָך גערעדט מיט אַ נייטראַלן טאָן און איבערגעגעבן דעם אמת, דעם שרעקלעכן אמת, וועגן חורבן ווילנע. האָט מײַן באַקאַנטער גאָר געמיינט, אַז קאַרפּינאָוויטש האָט עס דערציילט נישט ווײַל ס׳איז וויכטיק, דער עולם זאָל עס וויסן, נאָר גלאַט, כּדי אַרויסצורופֿן אַ טרער, בשעת לויט מײַן מיינונג, איז דאָס געווען אין גאַנצן פֿאַלש.

אַ צווייטע מעשׂה שהיה: בײַ אַ ייִדישער אונטערנעמונג האָט מען געזונגען מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן“. האָב איך ווידער אַ מאָל געהערט דאָס וואָרט tearjerker. כ׳בעט אײַך זייער: דאָס ליד איז טאַקע סענטימענטאַל און קען אַרויסרופֿן אַ טרער, אָבער דאָס איז דען געווען וואַרשאַווסקיס כּוונה? פֿאַרקערט, פּונקט אַזוי ווי קאַרפּינאָוויטש, האָט וואַרשאַווסקי דערציילט וועגן אַן אמתער טראַגעדיע, דאָס מאָל — וועגן דעם ווי מע האָט אָנהייב 20סטן י״ה אין רוסלאַנד אַרויסגעשיקט ייִדן פֿון די דערפֿער אין די שטעט אַרײַן, ייִדן וואָס האָבן זיך דורות לאַנג געפֿונען אין דאָרף. (דאָס איז אויך אַ הויפּט־טעמע פֿון „טבֿיה דער מילכיקער“.) פֿון ווען אָן איז דאָס דערציילן וועגן אַ טראַגעדיע געוואָרן שונדיש?

מי לנו גדול כּמרדכי געבירטיג, אָבער לויט אונדזערע אַנגלאָסאַקסישע מאָסן זענען זײַנע לידער אויך „איבער דער מאָס“. זײַנע קינדער־לידער זענען טאַקע סענטימענטאַל, אָבער די סענטימענטן קומען פֿון טיפֿן האַרצן און זענען נישט געווען געצילעוועט סתּם אַרויסצורופֿן אַ טרער. אַגבֿ, אַז מע קען געבירטיגס ווערק און ביאָגראַפֿיע, ווייסט מען דאָך אויך, אַז ר׳האָט נישט בלויז געשאַפֿן לידער וועגן קינדער און קינדער־יאָרן, נאָר אויך פּאָליטישע („אַרבעטסלאָזער מאַרש“, „אונדזער שטעטל ברענט“ און אַנדערע), און איז געווען אַן אַקטיווער ייִדישיסט; און פֿון זײַנע לידער האָט ער נישט געהאַט קיין לײַכטע פֿאַרדינסטן.

זעט איר, צון אַלע טענות וואָס מע קען האָבן צו די וואָס האָבן געשאַפֿן „פֿידלער אויפֿן דאַך“, קען איך צוגעבן נאָך איינע: אויב מע לייענט די טעקסטן פֿון די לידער, געפֿינט מען דאָרטן ביליקע סענטימענטן, נישט פֿון טיפֿן האַרצן, נאָר גיכער, בין איך חושד, גרינג צו פֿאַרדינען אַ גראָשן…

די אונטערשטע שורה: אונדזער מיזרח־אייראָפּעיִשע ירושה האָט אַ סך שאַטירונגען, וואָס אַ טייל דערפֿון קענען מיר אָפּהיטן. אפֿשר קענען מיר אויך אָפּהיטן דאָס, וואָס אונדזערע אָבֿות און אמהות האָבן נישט אַזוי מורא געהאַט פֿאַר זייערע געפֿילן?