יעדעס מאָל, ווען כ׳הייב אָן צו גלייבן, אַז אַ דאַנק מאַמע־לשון זענען מיר ייִדישיסטן מער אייראָפּעיִש ווי אַמעריקאַניש, טרעפֿט זיך עפּעס וואָס דערמאָנט מיך, אַז ס׳איז נישט אמת, נאָר אַן אײַנרעדעניש. וועגן וואָס רעדט זיך?
אַ מאָל, אין מיזרח־אייראָפּע, האָט מען זיך נישט געשעמט אַרויסצוּווײַזן עמאָציעס. יום־כּיפּור צו כּל־נדרי פֿלעג מען וויינען, אויף לוויות פֿלעג מען וויינען, אין ייִדישן טעאַטער פֿלעג מען שפּילן זייער „ברייט“.
אמת, פֿונעם שפּילן ברייט קען ווערן שונד, אָבער ס׳מוז נישט זײַן אַזוי. דאָ אין אַמעריקע, אָבער, זענען ייִדן „פֿאַראַנגלאָסאַקסישט“ געוואָרן, אַזוי אַז די עמאָציעס מוז מען אײַנהאַלטן, און יעדע עמאָציע אויף דער סצענע איז כּלומרשט שונדיש. אין מיזרח־אייראָפּע, ווידער, וווּ די „גאַמע עמאָציעס“ איז געווען אַן אַנדערע, איז סענטימענטאַלקייט נישט געווען פּסול.
פֿונעם „פֿאַראַנגלאָסאַקסישט“ ווערן צוויי משלים מערנישט: מיט יאָרן צוריק איז געקומען אַהער צו גאַסט פֿון ישׂראל אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש ע״ה און איז אויפֿגעטראָטן אין שלום־עליכם־צענטער אין בראָנקס. די טעמע איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען זײַן נײַסט ביכל וועגן ווילנע. האָט ער דערציילט גאַנץ קאַלטבלוטיק פֿריִער וועגן פֿאַרמלחמהדיקן ווילנע און צום סוף — וועגן דעם חורבן. וואָס קען מען טאָן? ס׳איז זייער אַ טרויעריקע מעשׂה. נאָך זײַן אָפּרעדן איז צו מיר צוגעקומען אַ באַקאַנטער און אײַנגעראַמט אין אויער, אויף ענגליש גאָר (כאָטש ער האָט זייער גוט געקענט ייִדיש): What a tearjerker! כ׳האָב גאָרנישט געענטפֿערט, נאָר געטראַכט צו זיך: טאַקע?! קאַרפּינאָוויטש האָט דאָך גערעדט מיט אַ נייטראַלן טאָן און איבערגעגעבן דעם אמת, דעם שרעקלעכן אמת, וועגן חורבן ווילנע. האָט מײַן באַקאַנטער גאָר געמיינט, אַז קאַרפּינאָוויטש האָט עס דערציילט נישט ווײַל ס׳איז וויכטיק, דער עולם זאָל עס וויסן, נאָר גלאַט, כּדי אַרויסצורופֿן אַ טרער, בשעת לויט מײַן מיינונג, איז דאָס געווען אין גאַנצן פֿאַלש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.