קיין אַמעריקאַנער נייטיקט זיך אין קיין פֿוסנאָטעס, וואָס דערקלערן דעם באַטײַט פֿון די ווערטער The economy, stupid. די פֿראַזע איז געבוירן געוואָרן מיט כּמעט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק, בעת ביל קלינטאָנס פּרעזידענטישער קאַמפּאַניע. די פֿראַזע מיינט, אַז דווקא די עקאָנאָמיע שפּילט די צענטראַלע ראָליע. אויך איצט רעדן וועגן דעם די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן, און די רעפּובליקאַנער פֿאַרגעסן ניט וועגן דעם, ווען (און טאָמער) בײַ זיי בלײַבט די צײַט אויף אַזעלכע זאַכן.
די זעלבע פֿראַזע פּאַסט זייער גוט צו דער טעמע פֿון ייִדישער עמיגראַציע קיין אַמעריקע. ניט די פּאָגראָמען, נאָר טאַקע די עקאָנאָמיע האָט געשפּילט די צענטראַלע ראָליע אין אָט דער געשיכטע. דאָס הייסט ניט, אַז די פּאָגראָמען האָבן קיין בײַטראָג ניט געגעבן. זיי האָבן זיכער געהאַט עפּעס אַ טרײַב־כּוח. דאָך, האָט דער גרעסטער טייל ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן זיך געלאָזט אין דעם לאַנגן וועג אַרײַן, זוכנדיק קודם־כּל פּרנסה.
דער תּחום־המושבֿ, וווּ ס’רובֿ רוסישע ייִדן זײַנען געווען פֿאַרשפּאַרט זינט סוף 18טן יאָרהונדערט, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ ריזיקע טעריטאָריע; אָבער עקאָנאָמיש איז עס געווען ווייניקער אַנטוויקלט איידער אַנדערע געגנטן, וווּ ס’איז געווען פֿאַר אַ ייִדן זייער שווער זיך צו באַזעצן. דערצו האָבן די ייִדן געהאַט דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעמען, דאָס הייסט, אַז זיי האָבן אויף ראָש־השנה געגעסן אַ סך מערן און האָבן, קיין עין־הרע, טאַקע געהאַלטן אין מערן זיך.
דערצו האָבן די רוסישע ייִדן געהאַט די טבֿע צו לעבן לענגער איידער זייערע סלאַווישע שכנים. די פֿאָלקסציילונג, דורכגעפֿירט אין יאָר 1897, האָט געוויזן, אַז אַ קינד, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַ רוסישער משפּחה, האָט דורכשניטלעך געלעבט ווייניקער פֿון 30 יאָר. דאָס הייסט, אַז אַ סך, בפֿרט אין די דערפֿער, פֿלעגן שטאַרבן נאָך ווי קינדער, און די משקה האָט אויך געקירצט די יאָרן. בײַ די ייִדן איז דער דאָזיקער אינדעקס אויך געווען ניט זייער אײַ־אײַ־אײַ, אָבער פֿונדערסטוועגן, מיט אַ טוץ יאָר העכער.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געוואַקסן, און מער מענטשן האָבן זיך גענייטיקט אין אַרבעט. די עקאָנאָמיע איז אין רוסלאַנד בכלל און אין דעם תּחום־המושבֿ בפֿרט ניט געוואַקסן ווי אויף הייוון. אַזוי אַז דער אויסוועג איז געווען אַ קלאָרער — צו נעמען אַ וואַליזקע און פֿאָרן זוכן גליקן ערגעץ מחוץ־לאָרץ, דער עיקר, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די פֿאַבריקן און שוויצשעפּער האָבן זיך גענייטיקט אין נײַע אַרבעטער.
ס’איז געווען נאָך איין ערנסטע פּראָבלעם, און איך האָב וועגן דעם ניט לאַנג צוריק געשריבן: אין מאַרץ 1861, מיט 155 יאָר צוריק, האָט דער קייסער אַלעקסאַנדער דער צווייטער אונטערגעשריבן אַ געזעץ, וואָס האָט, סוף־כּל־סוף, באַפֿרײַט די פּויערים. ווי אַ פּועל־יוצא, זײַנען די פּויערים שוין מער ניט געווען קיין לײַב־אייגענע, פֿאַקטיש שקלאַפֿן, פֿון די אַריסטאָקראַטישע לאַנד־באַזיצער. דאָס האָט ראַדיקאַל געביטן דעם מצבֿ אין לאַנד, פֿאַרגיכערט די אָפּשטאַרבונג פֿון אַרכאַיִשע, פֿעאָדאַלע פֿאָרמען פֿון לעבן און סטימולירט די אַנטוויקלונג פֿון קאַפּיטאַליסטישע פֿאָרמען פֿון עקאָנאָמיע. מיט אַנדערע ווערטער, איז עס, בלי־ספֿק, געווען אַ פּראָגרעסיווע דערשײַנונג.
אייניקע ייִדן, למשל, באַלעבאַטים פֿון פֿאַבריקן, האָבן פֿון דעם אַלץ געוווּנען. אָבער די צאָל בר־מזלס איז געווען ניט קיין גרויסע. אַ סך מער ייִדן האָט די דאָזיקע פּראָגרעסיווע רעפֿאָרם איבערגעלאָזט אָן פּרנסה. געשען איז עס, פֿאַרשטייט זיך, ניט גלײַך, אָבער ביסלעכווײַז, אין יאָרן צי אַפֿילו יאָרצענדליקער אַרום, האָט מען עס אָנגעהויבן צו פֿילן זייער שטאַרק. ערשטנס, זײַנען טויזנטער באַפֿרײַטע פּויערים געקומען אין די שטעט און געשאַפֿן דאָרטן אַ קאָנקורענץ מיט די היגע ייִדן.
ווי איך האָב שוין געהאַט געשריבן, זײַנען די נעכטיקע פּויערים אַמאָל געווען בעסערע פֿאַכמענטשן. דערצו — און דאָס איז וויכטיק — איז זייער אַרבעט געווען ביליקער. ערשטנס, פֿלעגן זיי קריגן עפּעס פֿון זייער דאָרפֿישער משפּחה (אַ הון, אַ קאַטשקע, קאַרטאָפֿל, משקה, און אַנדערע זאַכן). צווייטנס, זײַנען זייערע פֿאָדערונגען געווען, לכל־הפּחות תּחילת, נידעריקער איידער בײַ די ייִדן. די קאַפּיטאַליסטישע אַנטוויקלונג האָט געבראַכט נאָך איין מין קאָנקורענץ. אַ טיש צי אַ פּאָר שיך, וואָס מע האָט אויסגעאַרבעט אין אַ פֿאַבריק, האָבן, געוויינלעך, געקאָסט ביליקער פֿון דער סחורה, וואָס אַ שטעטלדיקער בעל־מלאָכה האָט געקענט אויסאַרבעטן.
אין דער צײַט האָט זיך, אַגבֿ, באַוויזן דער פֿענאָמען פֿון „ייִדישן אַנטיסעמיטיזם‟. אַ ייִדישער פֿאַבריקאַנט האָט אָפֿט מאָל אָפּגעזאָגט ייִדן און גענומען אויף אַרבעט דווקא קריסטן. די סיבה איז געווען אַ פּשוטע: די נעכטיקע פּויערים האָבן ווייניקער געבונטעוועט און זײַנען גרייט געווען צואַרבעטן פֿאַר נידעריקערע שׂכירות.
הקיצור, דער געזעץ, וואָס אַלעקסאַנדער דער צווייטער האָט אונטערגעשריבן אין מאַרץ 1861, האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער ייִדישער געשיכטע — ניט בלויז אין רוסלאַנד, נאָר אויך אין דער וועלט־סאַגע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אין אַמעריקע האָט מען אַן אָפּקלאַנג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון רוסישע פּויערים, געהערט און געפֿילט שטאַרקער איידער אין אַנדערע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.