מיט אַ חודש צוריק, פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, האָב איך פֿאַרן ליכט־בענטשן אָנגעצונדן אַ יזכּור־ליכט לכּבֿוד מײַן טאַטנס יאָרצײַט, כ״ז שבֿט, און ווי יעדעס יאָר — האָב איך אין שיל געזאָגט קדיש נאָך אים.
בשעת־מעשׂה איז מיר אָבער אײַנגעפֿאַלן, אַז זינט דער טאַטע איז אַוועק אין 2007, האָב איך שוין אָנגעהויבן פֿאַרגעסן אַ סך פּרטים וועגן אים: וואָס זענען געווען זײַנע באַליבטע ווערטלעך, זײַנע וויצן, זײַנע העוויות, אַפֿילו זײַן קול… עס העלפֿט, אַוודאי, צו געפֿינען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אים, וואָס איך האָב פֿריִער נישט געזען, אָדער צו הערן זײַן קול אויף אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס אַ ייִדישע אינסטיטוציע האָט אויפֿגעהאַלטן אָדער לעצטנס רעהאַביליטירט. מיר איז אָבער ליבער צו געפֿינען עפּעס פֿון אים, וואָס גיט איבער אַ שטריך, וואָס איך האָב פֿריִער נישט געזען.
נו, די וואָך האָב איך טאַקע באַקומען אַן ענטפֿער: אַן אַלטער פֿרײַנד, אַבֿרהם קירשנבלאַט, האָט מיר איבערגעשיקט דורך „פֿייסבוק‟ אַ בילד פֿון אַ פּאָסטקאַרטל, וואָס מײַן טאַטע האָט געהאַט געשיקט זײַן מאַמען, אילאַנע קירשנבלאַט, דאַטירט דעם 27סטן אָקטאָבער 1966. אַבֿרהמס מאַמעס איז ניפֿטר געוואָרן אין פֿעברואַר, און אַבֿרהם האָט געהאַלטן אין מיטן איבערקוקן אירע זאַכן, ווען ער האָט דאָס פּאָסטקאַרטל געפֿונען.
איך קען אַבֿרהם קירשנבלאַט נאָך פֿון די קינדעריאָרן. ערשטנס — פֿונעם בונדישן זומער־לאַגער „קעמפּ המשך‟, וווּ איך האָב יונגערהייט פֿאַרבראַכט נײַן וווּנדערלעכע זומערן. אַבֿרהם און איך זענען געווען אין די זעלבע יאָרן, האָבן מיר זיך אָפֿט באַטייליקט אין די זעלבע אַקטיוויטעטן. ווינטערצײַט האָבן מיר זיך יעדן זונטיק אין דער פֿרי געלערנט אין איין קלאַס אין דער פֿאַראייניקטער ייִדישער מיטלשול. צוליב דעם וואָס איך און מײַן שוועסטער, גיטל, זענען געקומען פֿון בראָנקס, און אַבֿרהם — פֿון ברוקלין, האָבן מיר זעלטן געהאַט אַ געלעגנהייט צו כאַפּן אַ שמועס; האָב איך טאַקע ווייניק געוווּסט וועגן אים.
זײַן מאַמע, אילאַנע, האָב איך יאָ געקענט. זי איז געווען איינע פֿון די „קעמפּמאַמעס‟, וואָס זייער אויפֿגאַבע איז געווען צוצוהעלפֿן די קינדער מיט פֿאַרשידענע זאַכן. למשל, אויב מע האָט געדאַרפֿט בײַם קינד צונייען אַ קנעפּל אויפֿן העמד; אָדער, להבֿדיל, אויב מע האָט געדאַרפֿט קאָנטראָלירן די קעפּלעך פֿון די קעמפּערס אין אַ געוויסן בײַדל, טאָמער האָט מען בײַ איינעם געפֿונען לײַז. אַ מאָל האָט מען צו דער „קעמפּמאַמע‟ געבראַכט אַ וויינענדיק קינד, וואָס האָט געבענקט אַהיים, כּדי זי זאָל אים געבן אַ גוט וואָרט און אַ גלעט אין בעקל. דערצו האָבן די „קעמפּמאַמעס‟ יעדן נאָכמיטאָג אויסגעטיילט מילך און קיכעלעך צו די קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס, אונטערן אַזוי־גערופֿענעם „מילכבוים‟.
צוליב דעם וואָס ס׳איז געווען זומערצײַט האָט אילאַנע תּמיד געטראָגן קורצע אַרבל, און דערפֿאַר האָט מען בולט געקענט זען די בלאָע ציפֿערן אײַנגעקריצט אין איר אָרעם. אין מײַן קינדערישער פֿאַנטאַזיע האָב איך זיך געפּרוּווט פֿאָרשטעלן ווער ווייסט וואָס פֿאַר אַ פּײַניקונגען זי האָט געמוזט לײַדן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער, אָבער זי האָט תּמיד אַזוי וואַרעם געשמייכלט צו מיר און צו די אַנדערע מענטשן אַרום איר, אַז איך האָב גלײַך פֿאַרגעסן אין יענע שרעקלעכע געדאַנקען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.