ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 15, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

לערנען העברעיִש דורך זינגערײַ

העברעיִש איז זייער אַ שווערע שפּראַך פֿאַר די אייראָפּעער. פֿון דעסטוועגן געפֿינען זיך אין וואַרשע בעלנים אויף עבֿרית־קורסן. נישט קיין קליינע גרופּע לערנט זיך עבֿרית אינעם צענטער פֿון ייִדישע לימודים פֿון דער „שלום‟־פֿונדאַציע.

אָבער וואָס טוט מען, כּדי דער שפּראַך־לימוד זאָל נישט זײַן צו נודנע? די סטודענטן (דעם אמת געזאָגט, זענען דאָס רובֿ סטודענטקעס) האָבן באַשלאָסן צו לערנען זיך עבֿרית זינגענדיק.

זיי האָבן צוגעגרייט אַ קורצע אָפּערע, טאַקע אין דער העברעיִשער שפּראַך, וואָס זיי שפּילן פֿאַרן עולם פּורים, אויף דער פּורים־מסיבה פֿונעם פֿאָלקס־אוניווערסיטעט בײַ דער פֿונדאַציע „שלום‟ אויף דער אַנדערס גאַס.

די אָפּערע הייסט, „די טוריסטקע‟. די העלדין איז שוין אַ פּענסיאָנירטע פֿרוי, ווי דאָס רובֿ סטודענטקעס, וואָס פֿאָרט קיין ישׂראל אויף אורלויב. דאָרט, נישט־קוקנדיק אויף איר עלטער, פֿאַרליבט זי זיך און באַווײַזט אונדז אַלעמען, אַז יונג איז דער, וואָס וויל יונג בלײַבן.

דער טעקסט, אָדער ליברעטאָ, ווי מע זאָגט עס אויפֿן אָפּערע־לשון איז, פֿאַרשטייט זיך, גאַנץ פּשוט. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז אַפֿילו מיט פּשוטע ווערטער, ווי „וויפֿל קאָסט די נסיעה קיין תּל־אָבֿיבֿ‟, קען מען מאַכן אַ מוזיקאַלישן צימעס.

אַ סוף פֿון דער שיל אין פּאָזנאַן (פּויזן)

די נאָזשיק־שיל אין וואַרשע איז נישט חרובֿ געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווײַל די דײַטשן האָבן געמאַכט פֿון איר אַ שטאַל פֿאַר זייערע פֿערד. די שיל אין פּאָזנאַן איז געראַטעוועט געוואָרן צוליב אַן אַנדער סיבה. די דײַטשן האָבן געמאַכט פֿון איר אַ שווים־באַסיין.

די קאָמוניסטישע מדינה האָט געירשנט דעם באַסיין און ערשט ווען פּוילן איז געוואָרן צוריק אַ קאַפּיטאַליסטישע דעמאָקראַטיע, האָט די מלוכה צוריקגעגעבן דעם בנין דער ייִדישער קהילה.

וואָס טוט מען מיט אַ גרויסער שיל אין אַ שטאָט כּמעט אָן ייִדן?

מיר האָבן לעצטנס באַקומען דעם ענטפֿער. אויפֿן אָרט פֿון דער שיל וועט אַ בוי־פֿירמע אויפֿשטעלן אַ האָטעל, מיט אַ קאָנפֿערענץ־זאַל, רעסטאָראַן, און… אַ שווים־באַסיין.