דעם 8טן מאַרץ האָט ד״ר אַרטור גרין, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון קבלה און חסידות, בשותּפֿות מיט הרבֿ אַריאל מעשׂה, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם מישיגען־אוניווערסיטעט אין דער שטאָט ען־אַרבאָר, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצע סעריע אינטערעסאַנטע אַרטיקלען אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟ וועגן צייטלינס מאַטעריאַלן, געווידמעט זײַן פּלאַן צו שאַפֿן די מיסטישע ברודערשאַפֿט „יבֿנה‟, וועלכע ער האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש.
אינעם יאָר 2012 האָט גרין פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ענגליש אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הלל צייטלינס ווערק. דער דאָזיקער דענקער און טוער איז געווען איינער פֿון די אָריגינעלסטע חסידישע פֿילאָסאָפֿן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
הלל צייטלין (1871—1942), אַ באַגאַבטער שרײַבער און זשורנאַליסט, האָט איבערגעלאָזט אַ גאַנצע ריי ביכער. ער איז אויך געווען אַ טיפֿער פֿילאָסאָף פֿונעם עקזיסטענציאַליסטישן שניט מיט אַ חסידישן טעם, וועלכן מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט מאַרטין בובער; צייטלין איז אָבער געווען אַ טראַדיציאָנער טיף פֿרומער חסיד. ווען די נאַציס זענען געקומען אין דער וואַרשעווער געטאָ אים אַוועקצושיקן אינעם טויט־לאַגער, האָט ער געהאַלטן דעם „זוהר‟ אין דער האַנט. אין דער זעלבער צײַט, האָט צייטלין גוט געקענט די אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿיע און איז געווען גוט באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שפּינאָזע, ניטשע, טאָלסטוי און אַפֿילו בודיזם.
אין די 1920ער יאָרן האָט צייטלין אָנגעהויבן אויסאַרבעטן אַ פּלאַן פֿון אַ מיסטישער געזעלשאַפֿט און קאָמונע מיטן נאָמען „יבֿנה‟, האָפֿנדיק צו באַנײַען די חסידישע באַוועגונג און ייִדישקייט בכלל אויף אַ נײַעם אופֿן. אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟ קאָן מען זײַנע געדאַנקען וועגן דער פּלאַנירטער באַוועגונג איבערלייענען אינעם ייִדישן אָריגינאַל מיט אַ פּאַראַלעלער ענגלישער איבערזעצונג, צוזאַמען מיט אַ נײַ־אַנטדעקטן כּתבֿ־יד פֿון צייטלין.
זײַענדיק אַ פֿרומער חסיד און אַ פֿרײַנד פֿון וועלטלעכע ייִדישער דענקער, האָט צײַטלין כּסדר פּאָלעמיזירט מיט כּלערליי קענגער פֿון זײַן צוגאַנג. פֿאַר די אַפּיקורסים איז ער געווען צו פֿרום, און פֿאַר די אַנדערע פֿרומע — צו וועלטלעך. אין זײַן שאַרפֿער פּאָלעמיק האָט זיך אויסגעפֿורעמט דער אייגנאַרטיקער פּלאַן צו שאַפֿן אַ מיסטישע ברודערשאַפֿט פֿון עקזאַלטירטע זוכער פֿון רוחניות. ער האָט צוגעטראַכט עטלעכע נעמען פֿאַר זײַן פּלאַנירטע וואַריאַנטן פֿון דער געזעלשאַפֿט. אין דער וואַרשעווער צײַטונג „דער מאָמענט‟, וווּ צייטלין האָט געפֿירט אַ שטענדיקע רובריק, האָט ער עס אָנגערופֿן „יבֿנה‟.
אין 1924 האָט דער גרויסער נעאָ־חסידישער דענקער און טוער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצן פּאַמפֿלעט אויף ייִדיש, „די תּיבֿה‟, אָנגעשריבן דורך אַ ספּעציעלן געהיימען קרײַז פֿון „אַהבֿת־רעים‟. דער פּאַמפֿלעט הייבט זיך אָן מיט אַ צאָל לידער אויף ייִדיש. ווי אַ מוסטער, האָט צייטלין געהאָפֿט נאָכצומאַכן דעם מקובלים־קרײַז פֿון רבי שמעון בר יוחאי און די תּלמידים פֿונעם הייליקן בעל־שם־טובֿ.
ס׳זעט אויס, אַז צײַטלינען האָט זיך אײַנגעגעבן צו זאַמלען אַרום זײַן פּראָיעקט אַ קליינע גרופּע ענטוזיאַסטן. אינעם יאָר 1925 האָבן די מיטגלידער פֿון „יבֿנה‟ זיך כּסדר געטראָפֿן אין וואַרשע. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט ער זיך באַקלאָגט, אַז די גרופּע איז זיך צעפֿאַלן, און געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ נײַעם קרײַז. אינעם יאָר 1936 האָט ער ווידער גערופֿן צו פֿאָרמירן אַ געזעלשאַפֿט, וואָס זאָל, נישט מער און נישט ווייניקער, ברענגען די משיחישע גאולה אויף דער וועלט. צום באַדויערן, האָט דער חורבן טראַגיש איבערגעריסן זײַנע באַמיִונגען.
דער הײַנטיקער אַרטיקל אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟ דערמאָנט, אַז צייטלין איז נישט געווען דער איינציקער אָרגאַניזאַטאָר פֿון אַזאַ מין מיסטישער קאָמונע. הרבֿ קלונימוס־קלמן שאַפּיראָ, דער פּיאַסעצנער רבי, האָט אויך געאַרבעט איבער אַן ענלעכן פּלאַן, ווי ער דערקלערט אין זײַן ספֿר „בני מחשבֿה טובֿה‟. דער פּיאַסעצנער רבי האָט זיך אָבער אָריענטירט אויפֿן טראַדיציאָנעלן חסידישן עולם. להיפּוך, האָט צײַטלין געהאָפֿט צו שאַפֿן אַ קרײַז פֿון בעל־תּשובֿהניקעס. אין זײַנע ווערק פֿילן זיך בפֿירושע סאָציאַליסטישע און אַנאַרכיסטישע עלעמענטן, וועלכע האָבן געקאָנט צוציִען די ייִדישע לינקע יונגע־לײַט. צייטלין האָט אָבער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעצענזיע אויפֿן פּיאַסעצנער רבינס ספֿר „חובֿת התּלמידים‟ און הויך אָפּגעשאַצט זײַן טעטיקייט.
צום באַדויערן, האָט דער מחבר פֿונעם דאָזיקן קלאַסישן חסידישן ווערק געהאַט דעם זעלבן גורל. אינעם יאָר 1943 האָבן די נאַציס פֿאַרטיליקט דעם פּיאַסעצנער רבין אינעם אַרבעט־לאַגער טראַווניקי לעבן לובלין.
שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4482.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.