ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published March 16, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּורים־צוגרייטונגען

די מאָסקווער ייִדישע קהילה גרייט זיך צום יום־טובֿ פּורים. אין אַלע שילן אָרגאַניזירט מען פּורים־פּראָגראַמען. דער רוסלענדישער חב״ד האָט אַרויסגעגעבן אַ „קורצן וועגווײַזער פֿון דינים און מינהגים פֿון דעם צווייטן אָדר‟ אויף העברעיִש און רוסיש, וואָס שליסט אײַן הלכישע צײַטן פֿון תּפֿילות, און לוח־הזמנים פֿון לייענען די מגילה אין די חב״ד־שילן. צונויפֿגעשטעלט דאָס ביכל האָט דער חב״ד־רבֿ פֿון סמאָלענסק לוי־יצחק מאָנדשײַן. די רוסישע איבערזעצונג איז געמאַכט געוואָרן פֿונעם רבֿ פֿון דער שטאָט קאָסטראָמאַ, ניסן רופּאָ.

די אָרגאַניזאַציע „מעגל‟ בײַ דער אַרבעט

די אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע וואָלאָנטירטע, „מעגל‟, פֿירט די טעג דורך אַן אַקציע מיטן נאָמען „ברענגען פֿרייד‟ — מע קלײַבט זיסוואַרג און פֿרוכטן, כּדי צו שיקן שלח־מנות צו קינדער מיט באַזונדערע באַדערפֿענישן. די טעג אָרגאַניזירט „מעגל‟ אַן „אויפֿוויקלונג־אָוונט‟: די וואָלאָנטירטע קלײַבן זיך צונויף אין אַ קאַפֿע אין צענטער מאָסקווע און פּאַקן אויף די מתּנות.

אַ נײַע רוסישע איבערזעצונג פֿון „שיר־השירים‟

יעקבֿ איידלקינד און זײַן בוך
יעקבֿ איידלקינד און זײַן בוך

נײַעס פֿון וויסנשאַפֿט און קולטור: אין דער ביבליאָטעק פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור איז דעם 15טן מערץ פֿאָרגעקומען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער נײַער רוסישער קאָמענטירטער איבערזעצונג פֿון „שיר־השירים‟, געמאַכט פֿון סעמיטאָלאָג און לערער פֿון לשון־קודש יעקבֿ איידלקינד, און אַרויסגעגעבן אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט. איידלקינד האָט דערציילט וועגן זײַנע איבערזעצונג־פּרינציפּן און וועגן דער אַרבעט, וואָס ער האָט דורכגעפֿירט. זײַן קאָמענטאַר שליסט אײַן פֿילאָלאָגישע, היסטאָרישע און עטנאָגראַפֿישע אַספּעקטן, ווי אויך די געשיכטע פֿון שרײַבן און רעדאַגירן דעם טעקסט.