ייִדיש און פּאָסטמאָדערנקייט

Yiddish and the Postmodern

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 17, 2016, issue of April 01, 2016.

דער שער־בלאַט פֿון יונתן באָיאַרינס בוך „טראַכטן אויף ייִדיש‟
דער שער־בלאַט פֿון יונתן באָיאַרינס בוך „טראַכטן אויף ייִדיש‟

פּאָסטמאָדערניזם, ווי אַ קונסט־סטיל און פֿילאָסאָפֿיע, האָט זיך אָנגעהויבן אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. דער טערמין גופֿא האָט זיך אָבער באַוויזן מיט איבער 100 יאָר צוריק און פֿאַרשיידענע פֿילאָסאָפֿישע שיטות אָדער קולטור־באַוועגונגען פֿון די פֿריִערדיקע תּקופֿות קאָן מען באַצייכענען ווי פּאָסטמאָדערנע. אַפֿילו אַזעלכע קלאַסישע טעקסטן, ווי דער תּלמוד, פֿול מיט באַהאַלטענע רמזים, פֿאַררופֿונגען און שטענדיקע זיגזאַגישע בײַטן פֿון טעמעס און סטילן, דערמאָנען אין די הײַנטצײַטיקע פּאָסטמאָדערנע ראָמאַנען.

אַזוי צי אַזוי, האָט ד״ר יונתן באָיאַרין, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדישע ענינים, מיט 20 יאָר צוריק אָנגעשריבן אויף ייִדיש אַן אינטערעסאַנטע עסיי מיטן קעפּל „ייִדישע וויסנשאַפֿט און די פּאָסטמאָדערן‟, ווי אַ צוגאָב צו זײַן ענגלישער מאָנאָגראַפֿיע „טראַכטן אויף ייִדיש‟ (Thinking in Jewish). דער נאָמען פֿונעם בוך קלינגט פּראָוואָקאַטיוו פֿאַרן הײַנטיקן אַמעריקאַנער „דזשויִשן‟ לייענער, ווײַל דער מחבר דערמאָנט אונדז, אַז די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך ווי דאָס עיקר־לשון פֿון ייִדישקייט בכלל.

דעם 13טן מאַרץ האָט באָיאַרין פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן עסיי אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟, באַגלייט מיט אַ הקדמה, ענגלישער איבערזעצונג פֿון נעמי זײַדמאַן, און בילדער פֿונעם באַרימטן סאָוועטיש־ייִדישן קינסטלער אליעזר (על) ליסיצקי, וועלכער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטיקער מאָדערנער און פּאָסטמאָדערנער קונסט. אין ליסיצקיס אילוסטראַציע צו ייִדישע ביכער פֿילט זיך אַ השפּעה פֿונעם אייראָפּעיִשן דאַדאַיִזם, דעם סאָוועטישן קאָנסטרוקטיוויזם און דער דײַטשישער שיטה „בויהויז‟.

באָיאַרין דערקלערט, אַז אין יענער צײַט, ווען ער האָט אָנגעשריבן דעם חידושדיקן טעקסט, זענען די עלטערע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין פּאַריז און אַנדערע, וועלכע האָבן איבערגעלעבט אַלע שוידערס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, געוואָרן אַ טייל פֿון דער נײַער „פּאָסטמאָדערניזירטער‟ אייראָפּע, וווּ עס האָט זיך נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט די תּקופֿה פֿון קאָלאָניאַליזם. דער מחבר באַמערקט, אַז דער ענגלישער איבערזעצערין האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטפּלעקן די כּוונה פֿון זײַן עסיי „אָפֿן פֿאַר די גויים‟. ייִדיש, ווי ער גלייבט, טראָגט אין זיך אַן אוניקאַלע קאָמבינאַציע פֿון זייער אַ ספּעציפֿישער אידענטיפֿיקאַציע מיט אָפֿנקייט צו אַלע אַנדערע מענטשלעכע קולטורן. אַ ייִדישער שרײַבער קאָן זיך באַנוצן כּסדר מיט כּלערליי ווערטער און אויסדרוקן, וואָס שטאַמען פֿון גמרא און אַנדערע טיף ייִדישע קוואַלן, און פֿאָרט בלײַבן אַ קאָסמאָפּאָליט שבקאָסמאָפּאָליטן.