(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דװקא דערנאָך האָט זיך אָנגעהױבן די שעפֿערישע בלי־תּקופֿה אין װײַנערס לעבן. װױנענדיק אין פּאַריז, האָט ער אַרױסגעגעבן אַ רײ ביכער פֿון לידער און פּראָזע אױף טשעכיש. אַחוץ דעם, האָט װײַנער אָנגעשריבן טױזנטער אַרטיקלען פֿאַר די טשעכישע צײַטונגען װעגן דעם לעבן און פּאָליטיק אין פֿראַנקרײַך. בפֿרט װיכטיק זײַנען זײַנע רעפּאָרטאַזשן פֿון דער פּאַריזער שלום־קאָנפֿערענץ, װוּ מען האָט אַרומגערעדט דעם אױפֿקום פֿון דער נײַער טשעכאָסלאָװאַקישער מדינה. קײן סך אינטערעס אין ייִדישקײט און ייִדישע ענינים האָט ער ניט געהאַט. אין 1919 ער האָט זיך גערופֿן „אַ טשעכישער מחבר און אַ ייִד‟, אָבער מיט נײַן יאָר שפּעטער האָט ער זיך מודה געװען אין אַ פּריװאַטן בריװ, אַז לױט זײַן װעלטבאַנעם איז ער אַ קריסט, הגם פֿאָרמעל איז ער תּמיד פֿאַרבליבן אַ ייִד.
סוף 1920ער יאָרן האָט זיך װײַנער דערנענטערט צו דער סבֿיבֿה פֿון טשעכישע און פֿראַנצױזישע סוררעאַליסטן. דעמאָלט האָבן זיך אין זײַנע װערק באַװיזן ליאַלקעס און אַנדערע מאָדנע באַשעפֿענישן, און די געשעענישן זײַנען געװאָרן אַלץ מער אױסטערליש, חלומות האָבן זיך איבערגעמישט מיט װאָר. אין װײַנערס אױסגעטראַכטער װעלט איז ניטאָ קײן קלאָרע פֿאַרבינדונג צװישן דער סיבה און דעם פּועל־יוצא, צװישן דעם איצטיקן מאָמענט און דעם קומעדיקן. אַזאַ מין צעפֿאַל פֿון דער געװײנטלעכער המשכדיקײט איז גורם געפֿערלעכע פֿאָלגן.
דאָס װערט בולט געשילדערט אין װײַנערס לעצטן ראָמאַן, „די שפּיל אױף אַן אמת‟ (1933), װאָס איז איצט אַרױס אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון בנימין פּײלאָף. דער ראָמאַן איז ניט קײן גרינגע לעקטור, װײַל ער האָט ניט קײן קלאָרן סיפּור־המעשׂה; און די פּערסאָנאַזשן זײַנען מאָדנע באַשעפֿענישן, חצי־מענטשן און חצי־ליאַלקעס. װײַנער איז אױסן ניט צו דערצײלן די מעשׂה, נאָר צו אַנטפּלעקן די קאָמפּליצירטע און פֿאַרפּלאָנטערטע באַציִונגען צװישן דער װעלט פֿון װאָר און דעם אינערלעכן באַװוּסטזײַן פֿון אַ קינסטלער, װאָס לעבט אין זײַנע פּערסאָנאַזשן. אײן ליאַלקע־פֿיגור אינעם ראָמאַן זאָגט װעגן דער אַנדערער: „ער װערט הינגעריכטעט ניט װײַל ער איז שולדיק; ער איז שולדיק, װײַל ער װערט הינגעריכטעט‟. דאָס האָט װײַנער אָנגעשריבן אין פּאַריז אין 1930, װען אײראָפּע האָט נאָך געלעבט בשלום, און בלױז געצײלטע יחידים האָבן געקאָנט פֿאָרױסזען דעם שרעק, װאָס װעט קומען אין קנאַפּע צען יאָר אַרום.
װײַנערס פֿאָרױסזעונגען און פֿאָרגעפֿילן שטאַמען ניט פֿון זײַן פּאָליטישן חקירות אָדער קענטענישן. ער האָט באַטראַכט די אַרומיקע װעלט מיט זײַנע שאַרפֿזיניקע אױגן פֿון אַן אײנזאַמען קינסטלער, און דערזען כּלערלײ שפּאַלטן און ריסן אונטער דער גלאַטיקער אײבערפֿלאַך פֿונעם אײראָפּעיִשן שטײגער. אַלײן האָט ער ניט דערלעבט ביז די ערגסטע יאָרן, װען זײַן לאַנד איז געװאָרן דער ערשטער קרבן פֿון היטלערס אַגרעסיע, אָבער זײַן כּוח־הדמין האָט אױסגעמאָלט און אַנאַליזירט דעם צעפֿאַל פֿון דער אײראָפּעיִשער ציװיליזאַציע פֿריִער, שאַרפֿער און מער בילדעריש, אײדער די פּאָליטישע אַנאַליטיקער פֿון יענער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.