(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער מענטש האָט מיך אויך געוואָרנט, אַז די מאָלצײַטן אין דעם האָטעל זײַנען נישט אומזיסטע פֿאַר די אַרבעטער. מען נעמט אַראָפּ 300 שקל אַ חודש פֿאַר דער פּריווילעגיע עפּעס איבערצובײַסן פֿון דעם, וואָס ס׳וואָלט סײַ־ווי אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן אין מיסט־קאַסטן. איך טרײַב נישט איבער: איך אַליין האָב אַרויסגעוואָרפֿן אין מיסט דאָס עסן, וואָס מען האָט נישט געקענט אָדער נישט געטאָרט צוריקלייגן אין פֿרידזשידער און דערוואַרעמען דעם קומענדיקן טאָג. האָב איך אים געפֿרעגט, וואָס וואָלט, אַשטייגער, געשען, ווען איך וואָלט געבראַכט דאָס עסן פֿון דער היים; האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט אונטערשרײַבן אַ פּאַפּיר, אַז כ׳זאָג צו נישט אָנצורירן קיין קיכעלע פֿון דעם, וואָס מע גיט דאָ.
די דריטע וואָך איז מיר שוין געוואָרן קלאָר, אַז די אַרבעט אַליין איז נישט דאָס, וואָס מען האָט מיר צוגעזאָגט. איך האָב קיין מאָל נישט געזען, אַז די אַנדערע פֿרויען זאָלן צוגרייטן דאָס עסן אין קיך. אַפֿילו אויב יאָ, איז די אויפֿגאַבע פֿון די קעכערס געווען מער צו דערוואַרעמען דאָס געקויפֿטע עסן, אָדער צו קאָכן מיט געקויפֿטע סאַוסן איידער טאַקע צו קאָכן. די סיבה, וואָס האָט מיך איבערגעצײַגט זיך טאַקע אָפּצוזאָגן פֿון דער אַרבעט איז געווען, אַז אָפּגערעדט האָט מען כ׳זאָל אַרבעטן לכאורה אין דער פֿרי, אָבער איך באַקום, דער עיקר, שעהען אין אָוונט. געענטפֿערט האָט מען מיר, אַז דאָס איז אַזוי צוליב דעם, וואָס איך אַרבעט נישט אין די שבתים, כאָטש אין דער רעקלאַמע פֿונעם האָטעל איז בפֿירוש געשטאַנען קלאָר אָנגעשריבן, אַז „די אַרבעט איז נאָר אין דער פֿרי, און מען דאַרף נישט אַרבעטן שבת‟.
אַ וואָך נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אָפּגעזאָגט פֿון מײַן שטעלע, בין איך געגאַנגען אין האָטעל אָפּנעמען מײַן געהאַלט. אין אַ תּקופֿה פֿון 3 וואָכן האָב איך געאַרבעט 10 טעג, אָדער 53 שעה בסך־הכּל. פֿון די שעהען האָט מען בײַ מיר אַראָפּגענומען 6 שעה, וואָס איך האָב למעשׂה יאָ געאַרבעט, מער ווי 10% פּראָצענט פֿון מײַן געהאַלט. די מאָלצײַטן האָבן געקאָסט רעלאַטיוו ביליק, אָבער דאָך בין איך געבליבן מיט אַ שווערן געפֿיל, אַז דער אַרבעט־געבער פֿאַרדינט אויף מײַן חשבון, איך זאָל קענען עסן דאָס, וואָס מע וואַרפֿט אַרויס.
גאָט צו דאַנקען, איך האָב געקענט זיך אָפּזאָגן און זוכן אַרבעט ווײַטער, אָבער איך טראַכט נאָך פֿון די אַנדערע אַרבעטער אין האָטעל, צווישן זיי — די ישׂראלדיקע אַראַבער און פּליטים פֿון אַפֿריקע, וואָס האָבן ווייניקער אָפּציעס אין לעבן. דאָס וועט זײַן זייער אײַנדרוק פֿון די ייִדישע רעליגיעזע פּרינציפּן, אַז מיר זײַנען מענטשן, וואָס נוצן אויס אַנדערע מענטשן? דאָס מיינט, „פּראָגרעסיווע ייִדישקייט‟?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.