דער ייִדישער פֿאַרברעכן קעגן ייִדיש

The Jewish Crime of the Century

אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן
YouTube/Getty Images
אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 25, 2016, issue of April 15, 2016.

מיר אַלע קלאָגן און אָכצן יעדעס מאָל, ווען אַ ייִדיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציע שליסט אירע טויערן. איך מיין נישט די „דזשויִשקע‟־אינסטיטוציעס, וועלכע גיבן אין מיצקע דרינען אַ לעק מיט אַ שמעק פֿון אַ ייִדיש־קורס, וואָס געדויערט פֿון אסתּר־טענית ביז פּורים.

און אַזוי, רעדנדיק מיט מײַן זון אַבֿרהמלען, איז ער אַרויס פֿון די כּלים און זיך אַוועקגעזעצט און אָנגעשריבן אַ לאַנגן בריוו צו דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, פֿון וועלכן איך וועל ציטירן בלויז אַ טייל, און צום סוף — רעאַגירן דערויף.

ער שרײַבֿט:

ווי אַן אָפּרוף צו בריטאַ לאָקטינגס אַרטיקל פֿון מערץ 9, 2016 אין Forward וועגן מאַרטין פּרץ, (איינער פֿון די לאַנג־יאָריקע מיטגלידער פֿון דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג און געוועזענער שעף־רעדאַקטאָר פֿון „ניו־רעפּאַבליק‟), וועלכער האָט די טעג רעזיגנירט פֿון דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג מיט אַ בראַזג, איז לאָמיך אָנהייבן מיט אַ רעוועלאַציע.

//forward.com/culture/335477/martin-peretz-outspoken-ex-new-republic-chief-angrily-quits-yivo-board/

מײַנע עלטערן און איך זײַנען יאָרן לאַנג געווען פֿאַרבונדן מיטן „ייִוואָ‟. מײַן טאַטע מענדל האָפֿמאַן, ע״ה, אַ געראַטעוועטער פֿון אוישוויץ, האָט געווידמעט זײַן גאַנץ לעבן אויפֿצוהאַלטן דעם „ייִוואָ‟, פּרעזערווירן דאָס שליחות פֿון „ייִוואָ‟, דאָס וואָס ס‘איז פֿאַרבליבן פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור, וואָס נאַצי־דײַטשלאַנד האָט זיך אונטערגענומען צו פֿאַרניכטן. דער עיקר איז בײַ זיי געשטאַנען אויפֿן סדר־היום פֿאַרטיליקן אונדזער ייִדישע שפּראַך, קולטור, שעפֿערישקייט, ייִדישער דערציִונג, אונדזער ייִדישקייט און אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק.

מײַנע עלטערן האָבן געווידמעט זייער לעבן אויפֿצוהאַלטן די עקזיסטענץ פֿון ייִוואָ. איך אַליין ווי אַ ייִדישער אַקטיאָר, האָב אַ סך מאָל געשפּילט בײַ די יערלעכע „בענעפֿיטן‟ פֿאַרן „ייִוואָ‟, ווי אַ טייל פֿונעם „יוסף־פּאַפּ ייִדישן טעאַטער‟, דעם וועלט־באַרימטן אימפּרעסאַריאָ פֿון „שעקספּיר־פֿעסטיוואַל‟ און „פּאַבליק טעאַטער‟ אין ניו־יאָרק.

דאָס איז נישט דאָס איינציקע מאָל, ווי אַ לאַנג־יעריקער מיטגליד פֿון דער „ייִוואָ‟־פֿאַרוואַלטונג, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון י. ל. פּרצן, ווענדט זיך צום עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, מיט אַ בקשה צו פֿײַערן פּרצעס 100־יאָריקן יוביליי, שוין אָפּגערעדט פֿון אונדזערע פֿאַרגעסענע שרײַבער און פּאָעטן, ווי שלום־עליכם, דעם נאָבעל־פּרעמירטן יצחק באַשעוויס־זינגער, איציק מאַנגער און חיים גראַדע… די רשימה איז ענדלאָז.

אָבער איך האַלט נישט, אַז אונדזער ייִדישער אומגליק שטאַמט בלויז פֿון איין ייִדישער אָרגאַניזאַציע. מײַן טענה איז, אַז די פּראָבלעם גראָבט אַ סך טיפֿער. איך באַשולדיק די ייִדישע וועלט־פֿירערשאַפֿט פֿון ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס האָבן בײַגעשטײַערט צום טויט־קלאַפּ פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַ מאָל בכּיוון, און אַ סך מאָל צוליב אַפּאַטיע און גלײַכגילטיקייט.

די ייִדישע שפּראַך איז איבער טויזנט יאָר אַלט, געווען פֿול מיט זאַפֿט אין די מײַלער פֿון מיליאָנען ייִדן איבער דער וועלט. מיר דערמאָנט עס כּסדר מײַן מאַמע, מרים האָפֿמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש איבער 25 יאָר אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. זי דערמאָנט מיר כּסדר, אַז מיר האָבן פֿאַרמאָגט אַ מענגע ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, ביכער, פֿאַרלעגער, ייִדישע טעאַטערס, מוזיק, און מיר לעבן איבער הײַנט צו טאָג אַ ייִדישע וועלט־טראַגעדיע פֿון אַ ריזיקן פֿאַרנעם.