(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די הײַנטיקע אויפֿשטענדלער, הוסיטן, ווילן דורך זייער קריג קעגן דער תּימנער רעגירונג אומקערן אינעם לאַנד די מאַכט פֿון זיידיטן — אַ ספּעציפֿישן מין שיִיִטן. היסטאָרישעגערעדט, האָבן די זיידיטישע פֿירער זיך באַצויגן, געוויינטלעך, פֿרײַנדלעך צו די ייִדן. רבי שלום־סעדיע גמליאל (1907—2001), וועלכער האָט ביז 1944 געוווינט אין דער תּימנער הויפּטשטאָט, צנעא (סאַנאַאַ), דערמאָנט זיך, אַז דער מוסולמענישער מנהיג אימאַם יחיא, וועלכן ער לויבט אין זײַנע זכרונות, איז אַמאָל אויפֿגעבראַכט געוואָרן אויף אַ ייִדישן מחלל־שבת און געהייסן אים צו אַרעסטירן. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער אימאַם פֿאַרווערט די מוסולמענער זיך צו באַווײַזן שבת אין די ייִדישע קוואַרטאַלן, כּדי די ייִדן זאָלן רויִק פּראַווען זייער יום־מנוחה. די אַמאָליקע זיידיטן האָבן זיך באַצויגן מיט דרך־אַרץ צו די רעליזיעזע מינאָריטעטן און געגלייבט, אַז זיי דאַרפֿן אָנהאַלטן זייער אמונה, ווי געהעריק.
צווישן אַ טייל תּימנער ייִדן איז געווען במשך פֿון דורות באַקאַנט די שיטה, לויט וועלכער מוכאַמאַד איז געווען אַן עכטער נבֿיא, אָבער בלויז פֿאַר די אַראַבער און נישט פֿאַר די ייִדן, וואָס האָבן זייער תּורת־משה. אין תּימן האָבן צירקולירט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון אַן אינטערעסאַנטן ייִדיש־אַראַבישן טעקסט „כּתּאב אלדמה‟ („דער כּתבֿ פֿון פֿאַרטיידיקונג‟), וווּ עס שטייט געשריבן, אַז ווען די ייִדן האָבן אָנערקענט מוכאַמאַד ווי שליח־השם, האָט ער זיי געבענטשט און אָנגעזאָגט צו היטן ווײַטער תּורה־ומיצוות.
די איסמאַיִליטן, אַן אַנדער מין שיִיִטן, האָבן אַנטוויקלט אַן אייגענע טעאָריע פֿון רעליגיעזן פּלוראַליזם, וועלכער איז געפֿעלן געוואָרן די ייִדישע אָנהענגער פֿון דער דערמאָנטער שיטה. אַ צאָל פּראָמינענטע ייִדישע דענקער, אַרײַנגערעכנט רבי נתנאל בירב פֿיומי און רבי חוטר בן שלמה, האָבן געשאַפֿן אין תּימן אַ גאַנצן פֿילאָסאָפֿישן סינטעז פֿון ייִדישקייט און שיִיִזם. צומאָל איז אָבער דער דאָזיקער סינטעז געגאַנגען צו ווײַט און געבראַכט צו משיחישע מהומות, ווי דער רמב״ם דערקלערט אין זײַן „אגרת תּימן‟, אַדרעסירט צו דעם זון פֿונעם דערמאָנטן רבי נתנאל.
ווי אַ מוסטער פֿון קולטור־סינטעז קאָן מען דערמאָנען דעם ספֿר „נחש הנחושת‟ פֿון הרבֿ שלום כתר, אָנגעשריבן אינעם 20סטן יאָרהונדערט. דער ספֿר איז פֿול מיט סגולות, קמיעות, גורלות און אַנדערע מיסטישע חכמות. אַ גאַנצער קאַפּיטל און אַ סך פֿראַגמענטן זענען אָנגעשריבן אויף ייִדיש־אַראַביש. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ייִדישע סגולה־טעקסטן אין „נחש הנחושת‟ הייבן זיך כּסדר אָן מיטן ערשטן פּסוק פֿונעם קאָראַן. אינעם כּמו־היסטאָרישן טייל פֿונעם ספֿר, ווערט מוכאַמאַד געשילדערט ווי אַ גרויסער חכם, עושר און גיבור. אין אַן אַנדער טייל, וועגן קבלה, באַמערקט דער מחבר, אַז נבֿיאישע וויזיעס קאָנען זיך טרעפֿן אַפֿילו הײַנט, לאַוו־דווקא בײַ ייִדן און לאַוו־דווקא אין ארץ־ישׂראל. ס׳זעט אויס, אַז דער אַלטער פּלוראַליסטישער צוגאַנג צו נבֿואה האָט זיך אָפּגעהיט אין תּימן ביז דער הײַנטיקער תּקופֿה.
ווען אַ גרופּע ייִדן איז אָנגעקומען די וואָך פֿון תּימן קיין ירושלים, האָט נתן שטשאַראַנסקי, דער פֿאַרוואַלטער פֿון „סוכנות‟, באַמערקט, אַז הגם די ייִדישע געשיכטע אין תּימן האָט זיך פֿאַרענדיקט, וועט די תּימנער עדה ווײַטער בליִען צוליב זײַן געהיימער אָפּעראַציע. זיכער גלייבן זײַנע סאַטמאַרער קאָנקורענטן אויך, אַז זיי טוען די תּימנער ייִדן אַ גרויסע טובֿה, ברענגענדיק זיי קיין מאָנסי. למעשׂה, גייען איצט ביסלעכווײַז אונטער אַפֿילו אַזעלכע יסודותדיקע טראַדיציעס, ווי דער אייגענער נוסח דאַוונען און די הבֿרה פֿון לשון־קודש. אַ סך תּימן־שטאַמיקע יונגע־לײַט פֿילן זיך אומבאַקוועם און געצוווּנגען נאָכצומאַכן די ספֿרדים אָדער, אינעם סאַטמאַרער פֿאַל, די אַשכּנזים.
אין דער אמתן, וואָלט מען געדאַרפֿט דורכפֿירן אַן אַנדער גרויסע און וויכטיקע ראַטיר־אָפּעראַציע: צו שטיצן די אויטענטישע ייִדיש־תּימנער קולטור. סײַ אין ירושלים, סײַ אין מאָנסי און וועלכע־ניט־איז אַנדערע ייִדישע ערטער, דאַרף מען שאַפֿן אַ פֿרײַנדלעכן קלימאַט, וווּ די אָריגינעלע תּימנער ייִדישקייט זאָל טאַקע קענען ווײַטער בליִען. בלויז אין אַזאַ פֿאַל קאָנען שטשאַראַנסקיס ווערטער און דאָס עסקנות פֿון די אַמעריקאַנער חסידים באַרעכטיקט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.