מיכאַיִל טשלענאָוו, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט דעם 14טן מאַרץ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך, מיט זײַנע מחשבֿות און פּראָגנאָזן אויף להבא. דער אַרטיקל איז לכתּחילה דערשינען אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע און איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ צאָל פּאָפּולערע רוסישע אויסגאַבעס, לאַוו־דווקא ייִדישע.
טשלענאָוו איז אַ פּראָמינענטער רוסלענדישער עטנאָגראַף, שפּראַכן־קענער, פּראָפֿעסאָר־לינגוויסט און כּלל־טוער. אין די 1970ער יאָרן האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט ייִדישע שטודיעס אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
טשלענאָווס אַרטיקל הייבט זיך אָן מיט אַ קליינער הקדמה, וווּ עס ווערט דערקלערט דער באַקאַנטער פֿאַקט, אַז אינעם יאָר 1897 האָבן 97 פּראָצענט ייִדן אין רוסלאַנד געענטפֿערט בעת דער פֿאָלקס־צייכענונג אינעם לאַנד, אַז זייער מאַמע־לשון איז ייִדיש. דער מחבר דערמאָנט די לייענער, אַז אין דער וועלט זענען פֿאַראַן בערך 5,000 פֿאַרשיידענע שפּראַכן; אַפֿילו פּראָפֿעסיאָנעלע לינגוויסטן קאָנען אָנרופֿן אַ פֿינפֿטל פֿון זיי. צוליב דעם גלאָבאַליזאַציע־פּראָצעס גייען ס׳רובֿ מענטשלעכע קולטור איצט אונטער מיט אַ שרעקלעכער שנעלקייט. עס קאָן זײַן, אַז אין 50 יאָר אַרום וועלן 90 פּראָצענט לשונות בלײַבן, צום בעסטן, בלויז אינעם זכּרון פֿון ספּעציאַליסטן.
ווי אַזוי זשע קען דאָס זײַן, חידושט זיך דער מחבר, אַז כּלערליי אָרגאַניזאַציעס פֿאַרטיידיקן די זעלטענע חיות און געוויקסן, און וועגן די זעלטענע שפּראַכן זאָרגט זיך קיינער נישט? במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט ייִדיש זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ מעכטיקער פֿאַרשפּרייטער נאַציאָנאַלער און אייראָפּעיִשער שפּראַך אין איינס פֿון די זעלטענע לשונות. דרײַ סיבות ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי די הויפּט־פֿאַקטאָרן פֿונעם דאָזיקן טרויעריקן פּראָצעס: דער חורבן, ציוניזם און אַסימילאַציע.
אַזוי צי אַזוי, האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז די „עכטע‟ שפּראַך פֿון ייִדן איז העברעיִש. טשלענאָוו באַמערקט, אַז דער־אָ געדאַנק איז פּונקט אַזוי נישט ריכטיק, ווי צו זאָגן, אַז די עכטע שפּראַך פֿון פֿראַנצויזן איז לאַטײַן און פֿון די הינדוסן — סאַנסקריט. ביז לעצטנס, האָט לשון־קודש געדינט בײַ ייִדן ווי גאָר אַ וויכטיקע, אָבער בלויז אַ ליטעראַרישע און רעליגיעזע שפּראַך.
הגם די סאָוועטישע רעגירונג האָט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ קאָמפּאַקטע ייִדישע אויטאָנאָמיע מיטן צענטער אין ביראָבידזשאַן, איז דער פּראָיעקט נישט געלונגען. בעסערע געדאַנקען האָבן נאָך פֿריִער אַרויסגעזאָגט אַזעלכע ייִדישע פּאָליטישע באַוועגונגען, ווי די פֿאָלקיסטן און אויטאָנאָמיסטן, וועלכע האָבן געשטרעבט צו שאַפֿן אַ קולטור־אויטאָנאָמיע אין יעדן אָרט, וווּ ייִדן וווינען צווישן די טרעגער פֿון אַנדערע אַרומיקע שפּראַכן.
למעשׂה, באַמערקט דער מחבר, זענען די דאָזיקע געדאַנקען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן אינעם נײַעם יאָרטויזנט, אָבער נישט דורך די אַמאָליקע וועלטלעכע פּאַרטייען, נאָר דורך די חסידים, וואָס האָבן געשאַפֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלע נעץ פֿון ייִדיש־רעדנדיקע קהילות. ייִדיש לעבט ווײַטער, אָבער אין אַן אַנדער פֿאָרעם. דעם דורכשניטלעכן חסיד זענען פֿרעמד שלום־עליכמס ווערק, און די חסידיש־ייִדישער וואָקאַבולאַר שיידט זיך אונטער פֿונעם קלאַסישן מיזרח־אייראָפּעיִשן ווערטער־אוצר.
דעריבער, באַטאָנט טשלענאָוו, געפֿינט זיך ייִדיש דווקא צווישן דעם מזלדיקן מיעוט פֿון די שטאַרקע שפּראַכן, וואָס האָבן געפֿונען געראָטענע מיטלען זיך צו באַשיצן פֿון דער גלאָבאַליזאַציע. די קשיא אָבער איז, צי דעם קלאַסישן שלום־עליכמס לשון וועט זיך אײַנגעבן אויסצולעבן אין דער צוקונפֿט. אין דער וועלט זענען אָבער פֿאַראַן אַ סך ענטוזיאַסטן און ספּעציאַליסטן, וואָס וועלן עס אונטערהאַלטן כאָטש ווי אַן אויסגעלערנטע שפּראַך.
הגם דער „אייראָ־אַזיאַטישער ייִדישער קאָנגרעס‟ איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָאגאַניזאַציע, פֿונציאָנירט זי כּמעט אינגאַנצן בלויז אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דאָרטן, אינעם היסטאָרישן ייִדישלאַנד, באַווײַזן זיך הײַנט אַנאַליטישע אַרטיקלען, וואָס באַקענען די אָרטיקע לייענער מיט אַזעלכע הײַנטצײַטיקע פֿענאָמענען, ווי דער סאַטמאַרער קוואַרטאַל וויליאַמסבורג אין ברוקלין אָדער מאה־שערים אין ירושלים. ביידע ערטער דערמאָנט טשלענאָוו איז זײַן אַרטיקל, באַגלייט מיט אַ בילד פֿון אַ חסיד. עס קאָן זײַן, אַז די עצם־עקזיסטענץ פֿון אַזעלכע ערטער וועט העלפֿן אונטערצורײַסן דעם סטערעאָטיפּ וועגן דעם „אונטערגאַנג‟ פֿון ייִדיש און צו פֿאַרשפּרייטן צווישן דעם יונגן דור דעם אינטערעס צו דער קלאַסישער ליטעראַרישער שפּראַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.