חג פּורים שׂמח!
די וואָס קענען מיך ווייסן, אַז די אָ ווינטשעוואַניע איז מיר נישט קיין נאַטירלעכע — איך בין זיך דאָך נוהג אויף „אַ פֿריילעכן פּורים“!
דעם פּורים האָב איך אָבער קיינעם נישט באַגריסט אויף ייִדיש, נאָר געדאַרפֿט באַגריסן ייִדן אויף אַ שפּראַך, אויף וועלכער מע וועט מיך יאָ פֿאַרשטיין, ווײַל די וואָך האָבן איך מיט מײַן מאַן מלך פֿאַרבראַכט אין פּאַנאַמע. וואָס עפּעס? איז דער תּירוץ, אַז כ׳האָב זיך שטאַרק גענייטיקט אין אַ וואַקאַציע — אויף אַן אָרט, וווּ סע געפֿינט זיך אַ פּלאַזשע און וווּהין איך דאַרף מיט זיך נישט מיטשלעפּן קיין כּשר עסן. האָט אַ חבֿרטע מיר פֿירגעלייגט פּאַנאַמע. גיי ווייס, אַז דאָרטן געפֿינט זיך אַ שטאַרקע ייִדישע קהילה, מיט אַזש זיבן כּשרע רעסטאָראַנען, דער גרעסטער כּשרער סופּערמאַרק אויף דער וועלט, מחוץ מדינת־ישׂראל, פֿיר ממשותדיקע שילן, אַ חב״ד־הויז, צום ווייניקסטן — דרײַ ייִדישע טאָגשולן, און אַפֿילו אַן עירובֿ. האָבן מיר זיך אײַנגעפּאַקט און — הײַדאַ — אָפּגעפֿלויגן. און טאַקע דווקא אין דער וואָך פֿון מגילת־אסתּר….
אַ ביסעלע געשיכטע: פּאַנאַמע איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ שפּאַנישע קאָלאָניע אין דער נײַ־וועלט, און האָט געדינט פֿאַר די סוחרים ווי אַן אַריבערפֿיר־פּונקט צווישן דרום־ און צפֿון־אַמעריקע, ווי אויך פֿונעם אַטלאַנטישן ביזן פּאַציפֿישן אָקעאַן. די ערשטע אָרטיקע „ייִדן“ האָבן געשטאַמט נאָך פֿון די מאַראַנען פֿון גירוש־שפּאַניע; אין נײַנצעטן יאָרהונדערט זענען צוגעקומען פֿון שכנישע צענטראַל־אַמעריקאַנער לענדער (אַרײַנגערעכנט יאַמײַקע, גואַדאַלופּע און קוראַסאַאָ) ייִדן אָפּשטאַמיקע פֿון פּאָרטוגאַל, ווי אויך נײַע אײַנוואַנדערערס פֿון צענטראַל־אייראָפּע. שוין אין צוואָנציקסטן יאָרהונדערט — אין די 1930ער — איז אין פּאַנאַמע אָנגעקומען אַ שטראָם מיט סירישע ייִדן, ווי אויך אַ קליין שטרעמל אַשכּנזישע ייִדן, אַנטלאָפֿענע פֿונעם נאַצישן שטורעם אין אייראָפּע. הײַנט וווינען אין פּאַנאַמע צווישן 10,000 און 20,000 ייִדן. דאָס נעמט אַרײַן אַ טויזנט ישׂראלים און אַרום 8,000 פֿרומע־לײַט, ס׳רובֿ פֿון זיי — סירישע ייִדן, וואָס וווינען אין דער שטאָט פּאַנאַמע. און הערט: פּאַנאַמע איז דאָס איינציקע לאַנד אויף דער וועלט (מחוץ ישׂראל), וואָס קען זיך גרייסן מיט אַזש צוויי ייִדישע פּרעזידענטן אינעם צוואָנציקסטן יאָרהונדערט!
דעם יום־טובֿ פּורים פּראַוועט מען מיט פֿאַרשידענע מינהגים אין די צעזייטע ייִדישע קהילות איבער דער וועלט, און מיר האָבן גלײַך באַמערקט אין פּאַנאַמע געוויסע אַנדערשקייטן. למשל:
דעם שבת פֿאַר פּורים הערן ייִדן פּרשת־זכר, די פּסוקים וואָס דערמאָנען ווי דער שׂונא־ישׂראל עמלק (וואָס מע זאָגט, אַז המן־הרשע שטאַמט פֿון אים) איז באַפֿאַלן די ייִדן אויפֿן וועג אַרויס פֿון מצרים, און האָט דווקא אַטאַקירט די שוואַכערע לײַט, פֿרויען און קינדער. האָט מען אין דער סירישער קהילה, בײַם דערמאָנען עמלקס נאָמען, געמאַכט אַזאַ רעש ווי מע טוט עס פּורים בײַם דערמאָנען המן־הרשעס נאָמען. (בײַ אונדז אין שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי, שווײַגן אַלע בשעתן הערן פּרשת־זכר, און — יוצא!)
און פֿאַרקערט: בײַ זיי אין דער קהילה האָט מען בײַם לייענען די מגילה געמאַכט אַ טומל נאָר עטלעכע מאָל בײַם הערן „המן“, און דווקא נאָר מיט די הענט און פֿיס, און עטלעכע גראַגערס. מע האָט נישט אויסגעפֿײַפֿט צי אויסגעשריגן, כאָטש איך האָב ס׳ערשטע מאָל, נישט־וויסנדיק דאָס געטאָן, ווײַל אַזוי טוט מען בײַ אונדז די 54 מאָל וואָס מע דערמאָנט המנס נאָמען. כאָטש ס׳האָט זיך אַ ביסעלע פֿאַרבענקט נאָכן טומל און רעש פֿון אונדזער שיל, מוז איך צוגעבן, אַז מ׳האָט יאָ פֿאַרענדיקט די פּאַנאַמער קריאה אַ סך גיכער ווי בײַ אונדז…
און צום סוף, ווען בײַ אונדז צעזינגט מען זיך מיטן ליד „שושנת־יעקבֿ“, האָט די עדה אין דער סירישער שיל דאָס נישט געזונגען, נאָר הויך אויף אַ קול אויסגערופֿן די ווערטער פֿונעם ליד: „ארור המן. ברוך מרדכי. ארורה זרש. ברוכה אסתר. ברוכים כל ישראל. וגם חרבונה זכור לטוב“, דאָס הייסט: „זאָל המן פֿאַרשאָלטן ווערן. זאָל מרדכי זײַן געבענטשט. זאָל זרש [המן־הרשעס ווײַב] פֿאַרשאָלטן ווערן. זאָל אסתּר זײַן געבענטשט. זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַן געבענטשט. און אויך חרבונה [וואָס האָט אויסגעזאָגט וועגן המנס אויפֿשטעלן אַ תּליה און דערבײַ אומדירעקט געראַטעוועט דאָס ייִדישע פֿאָלק] זאָל מען דערמאָנען צום גוטן“.
נו, און אַחוץ דער מגילה?
דורך אַ קאָנטאַקט, צוגעשטעלט דורך מײַן פּלימעניק, דניאל שעכטער (וואָס האָט פֿאַרבראַכט אַ סך חדשים אויפֿן דרומדיקן קאָנטינענט), האָבן מיר זיך אין דער שטאָט פּאַנאַמע באַקענט מיט דער פֿאַרצווײַגטער סירישער משפּחה דיין. דאָס איז גאָר אַ פֿאַרמעגלעכע משפּחה (ווי אַ גרויסער טייל פֿון די אָרטיקע ייִדישע משפּחות וואָס אַרבעטן בײַ מיסחר), וואָס וווינט אין אַ רחבֿותדיקער, עלעגאַנטער דירה העכער פֿערציק גאָרנס איבער דער שטאָט. די משפּחה איז זייער אַ בכּבֿודיקע: דער 24־יאָריקער זון ריימאָנד האָט אונדז געוויזן אַ פּרעכטיקן אײַנגערעמטן משפּחה־בוים אויף דער וואַנט, וואָס ווײַזט קלאָר אָן, אַז די משפּחה ציט איר ייִחוס־קייט העט פֿון דוד המלך! אויך טשיקאַווע, וואָס דער קאָמיקער דזשערי סײַנפֿעלד געפֿינט זיך אויף דעם משפּחה־בוים: ער האָט, ווײַזט זיך אַרויס, חתונה געהאַט מיט ריימאָנדס אַ גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־שוועסטערקינד (eighth cousin בלע״ז)!
בקיצור: די משפּחה דיין האָט אונדז גערן אויפֿגענומען; אַלבערטאָ און גיי דיין (ריימאָנדס טאַטע־מאַמע) האָבן אונדז פֿאַרבעטן סײַ אויפֿן אָפּפֿאַסטן נאָך אסתּר־תּענית (דעם טאָג פֿאַר פּורים), סײַ אויף דער פּורים־סעודה גופֿא. מיר האָבן טועם געווען פֿאַרשידענע ספֿרדישע דעליקאַטעסן, למשל, דעם סירישן לאַכמאַדזשין, וואָס באַשטייט פֿון אַ געמיש פֿון האַקפֿלייש, טאַמאַרינד, צימערינג, פּאָמידאָרן־פּאַסטע און אַנדערע בשׂמים, באַשמירט אויף אַ קײַלעכיקן שיכט טייג. דער מאכל איז געווען טעם גן־עדן און האָט ממש אַ קיצל געטאָן אין אַלע ווינקלען פֿון מויל!
קיין קאָסטיומען אויף דער גאַס האָבן מיר דווקא נישט געזען. אַז כ׳האָב זיך נאָכגעפֿרעגט האָט מען געזאָגט, אַז דאָס פֿאַרשטעלט מען זיך נאָר אין דער היים און אין דער שול.
און שלח־מנות צעטראָגט מען אַוודאי — ס׳איז דאָך אַ מיצווה, נאָר אַזוי ווי אַ סך פֿון די באַמיטלטע ייִדן וווינען אויף הויכע גאָרנס, לאָזט מען איבער דעם שלח־מנות אינעם לאַבי פֿון די דירות־הײַזער, אַלע אויסגעשטעלט איינער נאָכן צווייטן אין אַ ריי לעבן דעם ליפֿט, הינטערן טירוועכטער, אַזוי אַז די משפּחות זאָלן, בײַם אָקומען אַהיים, אָפּנעמען דעם שלח־מנות.
בקיצור: אַן אומגעוויינלעכער פּורים אין אַ (מיר) פֿריִער אומבאַקאַנטן ייִדישן ווינקל פֿון דער וועלט. איבער אַ יאָר פּורים — מערטשעם אין אַן אַנדער לאַנד!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.