(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ניט צופֿעליק האָבן זיך דווקא דאָרטן, אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, באַוויזן אַ צאָל מענטשן, וואָס האָבן זיך גענומען ערנסט באַשעפֿטיקן מיט ייִדישער ליטעראַטור; און ניט צופֿעליק איז דווקא אַ „סאָוועטישער‟ פֿאַרבעטן געוואָרן אָנצופֿירן מיטן „פֿאָרווערטס‟. געשען איז עס ניט ווײַל מע האָט שטאַרק געוואָלט גראָד אַ „סאָוועטישן‟, נאָר ווײַל קיין היגן מענטשן האָט מען ניט אויסגעשולט פֿאַר אַזאַ שליחות. דאָ איז דאָס אָרט צו זאָגן, אַז באָריס סאַנדלער האָט פֿאָרגעזעצט די דאָזיקע „סאָוועטישע‟ טראַדיציע — ער האָט אויך אַ סך בײַגעטראָגן צו דער מערכה פֿון ייִדישן זשורנאַליזם; ער האָט צוגעצויגן די ייִנגערע לײַט, וואָס שרײַבן הײַנט אין „פֿאָרווערטס‟ און זיי עפּעס אויסגעלערנט.
איך האָב זיך איצט דערמאָנט וועגן ווערגעליסן צוליב צוויי סיבות. די ערשטע איז, אַז מיט דרײַסיק יאָר צוריק האָב איך אין אָט דער צײַט אָפּגעגעבן אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ מײַנע ערשטע דרײַ דערציילונגען. דעמאָלט האָט מען געגרייט דעם ערשטן יונגט־נומער פֿונעם זשורנאַל. מע קען דורכבלעטערן דעם דאָזיקן נומער און זען, אַז אַ היפּשער טייל פֿון די מחברים בלײַבט אַזוי אָדער אַנדערש טעטיק אין ייִדיש. דאָס איז די ירושה, וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און זײַן רעדאַקטאָר. אַגבֿ, איצט אַרבעט מען אין דײַטשלאַנד, אין דעם הײַדעלבערגער אוניווערסיטעט, איבער אַ פּראָיעקט, וואָס וועט מאַכן דעם מאָסקווער זשורנאַל עלעקטראָניש צוטריטלעך.
און די צווייטע סיבה איז — די אַנומלטיקע סענסאַציאָנעלע פּובליקאַציע אין דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟: //forward.com/news/336943/ht. די זאַך איז, אַז ווערגעליס איז געווען אַ טאַלאַנטירטער דיכטער, בפֿרט ווען ער האָט געשריבן שירים וועגן „מענטשלעכע ענינים‟, ניט וועגן פּאָליטיק. אָבער אים האָט זיך געוואָלט צו זײַן אַ מין פּרץ מאַרקיש, וואָס האָט געאַרבעט אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע זשאַנערן. האָט ער עס דערגרייכט: מאַרקיש איז געווען אַ שלעכטער ראָמאַניסט, און ווערגעליס איז אויך געוואָרן אַ שלעכטער ראָמאַניסט.
איינער פֿון ווערגעליסעס ראָמאַנען, „די צײַט‟, טראָגט אַלע סימנים פֿון שונד, אַן אַנטי־ציוניסטישן שונד. ס׳איז באַפֿעלקערט דורך פֿלאַכע געשטאַלטן און איז פֿול מיט געשעענישן, וואָס זײַנען ניט געשטויגן און ניט געפֿלויגן. ווי אַ דוגמא פֿון אַן אויסגעטראַכטן סיפּור־המעשׂה האָב איך ניט איין מאָל געבראַכט (בפֿרט אין מײַן בוך „ייִדיש אין דער קאַלטער מלחמה‟) אַזאַ זאַך: ווערגעליס האָט צונויפֿגעפֿירט צוזאַמען דרײַ אַגענטן, וואָס זײַנען טעטיק אין אַנטי־סאָוועטישע אַקציעס: אַן אַגענט פֿון „מוסד‟, אַ רוס, וואָס האָט בעת דער מלחמה מיטגעאַרבעט מיט די נאַציס, און דעם נאַציסטישן „דזשיימס באָנד‟, אָטאָ סקאָרצעני.
איצט באַקומט זיך, אָבער, אַז אָטאָ סקאָרצעני האָט נאָך דער מלחמה טאַקע מיטגעאַרבעט מיטן „מוסד‟. הייסט עס, אַז אָדער די גאַנצע מעשׂה וועגן סקאָרצעניס פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל איז שוין אין דער קאַטעגאָריע פֿון „קאַלטע לאָקשן‟, וועגן וועלכער ווערגעליס האָט געקענט הערן צי לייענען נאָך אין די 1970ער יאָרן. אָדער … איך ווייס ניט וואָס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.