ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published March 30, 2016, issue of April 15, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נײַע ביכער־אויסגאַבעס צום פּסח

די ייִדישע קהילה אין מאָסקווע האָט פֿריילעך פֿאַרבראַכט דעם פּורים, און גרייט זיך איצט צו פּראַווען פּסח. דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן די „הגדה‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג און אין אַ באַזונדערער רעדאַקציע פֿאַר קינדער. אַחוץ דעם טעקסט, האָט די „הגדה‟ גאָר אומגעוויינטלעכע בילדלעך — זיי זענען סטערעאָסקאָפּיש. צו דער אויסגאַבע זענען צוגעלייגט ספּעציעלע ברילן.

דער פֿאַרלאַג האָט אַרויסגעגעבן אויך „דעם וועגווײַזער פֿאַר ליל־שבֿועות‟ — אַ זאַמלבוך פֿון תּנ״כישע טעקסטן און פֿראַגמענטן פֿון תּלמוד, וואָס זענען אויסגעקליבן פֿאַרן לייענען שבֿועות־צייט. דער „וועגווײַזער‟ שליסט אויך אײַן אַ דערציילונג פֿון די געשעענישן פֿונעם יום־טובֿ, קאָמענטאַרן, אַ נײַע איבערזעצונג פֿון מגילת־רות און דינים ומינהגים פֿונעם יום‑טובֿ. דער צונויפֿשטעלער פֿונעם „וועגווײַזער‟ און דער איבערזעצער פֿון העברעיִש און אַראַמיש איז ר׳ מאיר לווינאָוו.

די וואָך האָט דער רוסלענדישער חב״ד אַרויסגעגעבן דעם ערשטן סידור אין רוסלאַנד פֿאַר בלינדע, צונויפֿגעשטעלט פֿון דעם רבֿ יצחק קאָגאַן. די אויסגאַבע האָט געשטיצט דער מעצענאַט רפֿאל יאַגודאַיעוו. דער סידור איז אַרויס אין 1,000 עקזעמפּלאַרן, און געשיקט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד. יאַגודאַיעוו האָט דערציילט, אַז איצט גרייט ר׳ קאָגאַן צו אַ נײַע אויסגאַבע פֿאַר בלינדע — ספֿר־תּהילים.