די ייִדישע קהילה אין מאָסקווע האָט פֿריילעך פֿאַרבראַכט דעם פּורים, און גרייט זיך איצט צו פּראַווען פּסח. דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן די „הגדה‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג און אין אַ באַזונדערער רעדאַקציע פֿאַר קינדער. אַחוץ דעם טעקסט, האָט די „הגדה‟ גאָר אומגעוויינטלעכע בילדלעך — זיי זענען סטערעאָסקאָפּיש. צו דער אויסגאַבע זענען צוגעלייגט ספּעציעלע ברילן.
דער פֿאַרלאַג האָט אַרויסגעגעבן אויך „דעם וועגווײַזער פֿאַר ליל־שבֿועות‟ — אַ זאַמלבוך פֿון תּנ״כישע טעקסטן און פֿראַגמענטן פֿון תּלמוד, וואָס זענען אויסגעקליבן פֿאַרן לייענען שבֿועות־צייט. דער „וועגווײַזער‟ שליסט אויך אײַן אַ דערציילונג פֿון די געשעענישן פֿונעם יום־טובֿ, קאָמענטאַרן, אַ נײַע איבערזעצונג פֿון מגילת־רות און דינים ומינהגים פֿונעם יום‑טובֿ. דער צונויפֿשטעלער פֿונעם „וועגווײַזער‟ און דער איבערזעצער פֿון העברעיִש און אַראַמיש איז ר׳ מאיר לווינאָוו.
די וואָך האָט דער רוסלענדישער חב״ד אַרויסגעגעבן דעם ערשטן סידור אין רוסלאַנד פֿאַר בלינדע, צונויפֿגעשטעלט פֿון דעם רבֿ יצחק קאָגאַן. די אויסגאַבע האָט געשטיצט דער מעצענאַט רפֿאל יאַגודאַיעוו. דער סידור איז אַרויס אין 1,000 עקזעמפּלאַרן, און געשיקט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד. יאַגודאַיעוו האָט דערציילט, אַז איצט גרייט ר׳ קאָגאַן צו אַ נײַע אויסגאַבע פֿאַר בלינדע — ספֿר־תּהילים.
צו די אַנדערע נײַעס: פֿון פּעטערבורג קיין מאָסקווע איז געקומען מיט אַ באַזוך פּראָפֿעסאָר וואַלערי דימשיץ, עטנאָגראַף, ליטעראַטור־פֿאָרשער, קענער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. ער האַלט אַ סעריע פֿון 5 רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם 20סטן י״ה פֿאַר סטודענטן פֿונעם צענטער פֿון ייִדישע לימודים בײַם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט און פֿרײַע צוהערער. כּמעט אַלע טעקסטן וואָס ווערן אַנאַליזירט, זענען אַרויס אויף רוסיש אין דער איבערזעצונג פֿון דימשיץ אָדער אונטער זײַן רעדאַקציע.
נאָך אַ ידיעה פֿון פּעטערבורגער געגנט: דעם 28סטן מערץ איז אין דער קאָלאָניע פֿון געמיינזאַמען רעזשים נומער 2 געעפֿנט געוואָרן אַ קלײַזל פֿאַר ייִדישע אַרעסטאַנטקעס. פֿון 12 שילן, וואָס האָבן זיך געעפֿנט אין די רוסלענדישע קאָלאָניעס און תּפֿיסות, איז דאָס די ערשטע, וואָס געפֿינט זיך אין אַ קאָלאָניע פֿאַר פֿרויען. אין דער צערעמאָניע האָבן אָנטייל גענומען דער הויפּט־רבֿ פֿון סאַנקט־פּעטערבורג ר׳ מנחם־מענדל פּעווזנער; די פֿאַרטרעטער פֿון פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות — ר׳ אַהרן גורעוויטש, און דער דעפּאַרטאַמענט פֿון תּפֿיסות און קאָלאָניעס אין פּעטערבורגער געגנט. אין דער שיל קענען די אַסירות דאַווענען, לייענען און אָנצינדן ליכט. די רבנים האָפֿן צו אָרגאַניזירן דאָרט פּסח־סדרים.
דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי האָט געמאָלדן וועגן אַ נײַער אויסשטעלונג, וואָס וועט באַלד דורכגעפֿירט ווערן אין די ראַמען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל „פֿאָטאָביענאַלע 2016‟. אויסגעשטעלט ווערן אַרבעטן פֿון דער ניו־יאָרקער גרופּע „פֿאָטאָ־ליגע‟, 1952-1936, וואָס האָט אײַנגעשלאָסן באַרימטע פֿאָטאָגראַפֿן: אוידזשי, סיד גראָסמאַן, אַהרן סיסקינד, ליזעט מאָדעל און אַנדערע. די באַטייליקטע פֿון דער גרופּע האָבן דאָקומענטירט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די אַמעריקאַנער אַרבעטער, אָרעמע לײַט אין די קרימינעלע געגנטן. נאָך דער מלחמה איז די גרופּע באַשולדיקט געוואָרן אין קאָמוניסטישע סימפּאַטיעס און איז אַרײַן אין דער „שוואַרצער רשימה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.